רוי:סדר'דיגע צאל

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

סדרדיקע צאל איז א וועג צו צייגן נומערן לויט זייער פלאץ אין א סעריע. ווי צום ביישפיל: דער "דריטער" פרעזידענט, דעם "אכטן" פעברואר, די "טויזנטסטע" ארטיקל אד"ג.

יידיש גראמאטיק

אויף יידיש קען מען עס אויך שרייבן מיט א נומער קאמבאנירט מיט טעקסט. ווי למשל: דער 3טער פרעזידענט, דעם 8טן פעברואר, די 1000סטע ארטיקל. ביז נומער 20 קומט נאכן נומער א טי"ת (און נאכן טי"ת קומט א עי"ן אדער א עי"ן-רי"ש, אדער א נו"ן - לויט די יידיש גראמאטיק געזעצן) און פון נומער 20 און ווייטער קומט נאכן נומער א סמ"ך, און נאכן סמ"ך קומט דער טי"ת אזוי ווי ביז 20. דאס זעלבע איז ביי די הונדערטערס און טויזנטערס: 119טן, 120סטן אא"וו.

ביי די נאטירליכע צאלן (ווי 0, 1, 2, אא"וו) זענען די סדרדיקע צאלן און די גרונטצאלן (וואס רופן זיך "קארדינאל-צאלן") כמעט די זי זעלבע. דערפאר איז נישט אזוי וויכטיג דער אונטערשייד. א ממשדיקע אנטדעקונג האט געמאכט דער יידישע מאטעמאטיקער קאנטור ווען ער האט צוגעטראפן אז צווישן די אין-סופיקע צאלן זענען פארהאן א סך מער סדרדיקע צאלן ווי גרונטצאלן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!

פידבעק בלאט
פידבעק אויפן ארטיקל