ביי די אידן האט פון אייביג געהערשט די דעצימאלע סיסטעם צו ציילן, ווי עס ווייזט די העברעאישע נעמען פאר די ציפערן פון איין ביז צען. די נומער צען האט אויך א ספּעציעלע באדייט אלס א העכערע אחדות.
תנ"ך
- צען איז קלאר אנוועזנד אין די מידות פונעם משכן[1]און סיי פון שלמה'ס און סיי פון יחזקאל'ס בתי מקדש[2].
- דער אויבערשטער האט געגעבן פאר די אידן צען דיברות ביי מתן תורה[3].
- יום כיפור איז די צענטע טאג פון די זיבעטער חודש[4], און פאר יציאת מצרים האט מען דעם צענטן טאג אין ערשטן חודש געדארפט קויפן דעם קרבן פסח[5].
- דער אויבערשטער האט געברענגט צען מכות אויף די מצריים[6].
- אלס שטראף דארפן צען פרויען באקן ברויט אין איין אויוון[7], בשעת פון הונדערט וואס זענען ארויסגעגאנגען אין מלחמה וועלן בלויז צען בלייבן לעבן[8].
- יעקב האט צוגעזאגט צו געבן גאט א צענטל פון אלץ וואס ער וועט אים געבן[9].
- אברהם האט געגעבן דעם כהן א צענטל פון אלעם[10].
- די לויים און די ארעמעלייט האבן באקומען מעשר פון ישראלים, און די כהנים האבן באקומען א צענטל פון די לויים[11].
- יעדע צענטע בהמה דארף מען ברענגען א קרבן[12].
- לויט אן אור-אלטער מנהג האט דער קעניג פארלאנגט א צענטל[13].
- דער קעלנער האט אויספרובירט דניאל און זיינע חברים, געבנדיג זיי בלויז בונדלעך, פאר צען טעג[14].
- "א נייע ניגון" איז געשפּילט געווארן אין בית המקדש אויף אַן אינסטרומענט פון צען סטרונעס[15].
חז"ל
- צען זאכן גייען אן ביי א כוס של ברכה[16].
- עס זענען פארהאן צען זאכן (די אויסגערעכנטע זאכן זענען צוועלף) וואס פארמירן א סעריע אין סדר פון זייער שטארקייט, אזוי אז איינער קומט איבער די אנדערע: שטיין, אייזן, פייער, וואסער, וואלקן, ווינט, דער קערפער, אנגסט, וויין, שלאפן, טויט און צדקה[17].
- מיט צען זאכן איז די וועלט באשאפן געווארן: חכמה, תבונה, דעת, כח, גערה, גבורה, צדק, משפט, חסד און רחמים[18].
- צען זאכן זענען באשאפן געווארן דעם ערשטן טאג: שמים, ארץ, תהו, בהו, אור, חושך, מים, רוח, מדת יום און מדת לילה
- די וועלט איז באשאפן געווארן מיט צען מאמרות[19][18].
- עס זענען געווען צען דורות פון אדם הראשון ביז נח, און נאך צען דורות פון נח ביז אברהם אבינו[20].
- אברהם אבינו איז פרובירט געווארן מיט צען נסיונות און זיי אלע בייגעשטאנען[21].
- צען נסיונות האבן די אידן פרובירט דעם אויבערשטן אין מדבר[22].
- צען נסים זענען געטון געווארן פאר אונזערע עלטערן אין בית המקדש[23].
- צען זאכן זענען באשאפן געווארן אין די בין השמשות פונעם ערשטער פרייטאג, אַריינגערעכנט די רעגנבויגן, די קונסט פון שרייבן, די סטילוס, און די צוויי לוחות[24].
- צען זאכן האט עזרא מתקן געווען[25].
- עס זענען פארהאן צען סארטן צעדערביימער[26].
- צען מאס פון חכמה האבן אראפּגענידערט פון הימל צו ערד, ארץ ישראל האט גענומען ניין, און די רעשט פון די וועלט איינער. דער זעלבער פּראפּארציע איז אין דער פארטיילונג פון שיינקייט צווישן ירושלים און דער וועלט; ניין צענטלעך פון די עשירות אין דער וועלט געהערט צו רוים; פון ארעמקייט, צו בבל; פון גאווה, צו עלם; פון העלדישקייט, צו פּערסיע; פון לייז, צו מדי; פון כישוף, צו מצרים; פון נגעים, צו חזרים; פון אוממאראלישקייט, צו אראביע; פון עזות (אדער ממזרים), צו מישן; פון שמועס, צו פרויען; פון שכרות, צו עטיאפיע; פון שלאף, צו עבדים[27].
- צען קללות איז חוה געשאלטן געווארן[28].
- מען דארף האבן צען אידן צו הייסן א מנין וואס פעלט אויס פאר דברים שבקדושה.
- עס זענען דא צען טעג פון תשובה צווישן ראש השנה און יום כיפור.
- די קבלה רעדט פון צען ספירות.
- עס זענען געווען צען הרוגי מלכות.
- עס זענען דא צען צדיקים וואס זענען אריין אין גן עדן לעבעדיגערהייט.
- די עשרת השבטים האבן זיך אפגעטיילט פון מלכות יהודה, און שפעטער פארטריבן געווארן אין באזונדערן גלות.
- המן איז געהאנגען געווארן מיט זיינע צען קינדער.