דרעפט:רבי יעקב יוסף פון פולנאה
![]() |
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
עס איז נישט באוויסט ווען רבי יעקב יוסף איז געבוירן געווארן. מען ווייסט, אבער, אז ער שטאמט פון אַן אָנגעזעענעם יחוס: פון א מקובלים משפּחה, ר' שמשון אָסטראָפּאָלער, רבי יוסף כ"ץ מחבר פון "יסוד יוסף", רבי יום טוב ליפּמאַן העלער, דער "תוספות יום טוב".
דעם בעל שם טוב איז געלינגען אים צו צוציען צו דער חסידות באוועגונג. ער האט עס באטראכט פאר א גרויס געווינס. ער זאל האבן זיך אמאל אויסגעדריקט: רבונו של עולם, נישט פאר די מעשים וועלכע איך האב געטון בעט איך שכר אויף יענער וועלט, נאר פאר דעם וואס איך האב דיר געגעבן יאָסעלען. ווען ר' יעקב יוסף וועלכער איז, אגב, געווען עלטער פון דעם בעל שם טוב, איז "געכאפּט" געווארן אין חסידות, האט זיין קהילה אים פארטריבן פון שטאט, און ער איז געווארן רב אין ראַשקאָוו. אביסל שפּעטער איז ער געווארן אויפגענומען אלס רב אין נעמיראָוו. דארט האט ער געקענט ארבעטן פאר דער חסיד'ישער באוועגונג עפנטליך.
כאטש ר' יעקב יוסף איז געווען דעם בעל שם טוב'ס נאנטסטער תלמיד, איז ער דאך נישט געווארן זיין נאכפאלגער. דאס איז דערפאר ווייל לויט זיין נאַטור, נייגונגען, געדאנקען גאנג, ספר־מענטש איז ער נישט געווען געאייגנט פאר פירערשאפט.
ווען רבי דוב בער, דער מעזעריטשער מגיד, איז געווארן דעם בעל שם טוב'ס נאכפאלגער האט ר' יעקב יוסף עס נישט גענומען פאר אומגוט. ער אליין האט אנגעהויבן צו פארן צו אים, ווי א תלמיד־חבר. ער האט איינגעזען אז די שכינה איז איבערגעגאנגען פון מעזשעביזש קיין מעזעריטש. נאכדעם ווי וואָלין איז געווארן דער צענטער פון דער חסידות באוועגונג, איז ער געווארן רב אין פּאָלנא.
ר' יעקב יוסף איז נפטר געווארן אין פּאלנא ענדע דעם יאר תקמ"ד.
ר' יעקב יוסף איז דער מחבר פון: "תולדות יעקב יוסף" אויף תורה; "בן פורת יוסף"; "צפנת פּענח". זיין ספר "כתונת פּסים" איז ערשינען נאך זיין פּטירה אין לעמבערג, אינעם יאָר תרכ"ו.
אגב'דיגס: ווען דער "תולדות יעקב יוסף" איז דערשינען, האָט דער "נודע ביהודה" דער גאון רבי יחזקאל לאַנדוי ניט געהאַלטן פון אים. ער האָט געהאַט צוויי האַרבע קושיות אויף אים. עס איז דערגאַנגען אַזוי ווייט אַז אין דער שטאָט פּראַג וואו דער "נודע ביהודה" איז געווען רב, האָבן פּשוט'ע מענטשן אַפילו פאַרברענט דעם ספר. ווען ר' יעקב יוסף'ס תלמידים אין ארץ ישראל זענען געוואָרן געוואָר דערפון, האָבן זיי געוואָלט פאַרהיטן אַז עס זאָל ניט אָנקומען צו זייער רבי'ן. האָבן זיי געשיקט ר' יעקב שמשון שעפּיטאָווקער, וועלכער איז געווען אַ גאון אין לערנען און אַן עקספּערט אין אַרגומענטירן, צום "נודע ביהודה".
ר' יעקב שמשון האָט אָנגעטון זיך אין אָרימע, צעריסענע מלבושים און איז געקומען צום "נודע ביהודה" וועלכער איז געווען רייך, און האָט געוואוינט רחבות'דיג. ער האָט ווי עס איז זיך דערשלאָגן צום "נודע ביהודה'ס" לערן־צימער. ער איז געשטאַנען אַ לענגערע צייט ביי דער טיר, אָבער דער "נודע ביהודה" האָט ניט באַמערקט אים, ווייל ער איז געווען פאַרטיפט אין אַ האַרבער "שאלה ותשובה".
ר' יעקב שמשון: פאַר וואָס קוקט איר זיך נישט אום אויף דעם וועלכער שטעהט דאָ?
"נודע ביהודה": ווער איז דער וועלכער שטעהט דאָ?
ר' יעקב שמשון: ווייסט איר דען ניט אַז עס שטעהט געשריבן "כי יעמוד לימין אביון"[1], ער שטעהט ביי דער רעכטער האַנד פון דעם בעדאַרפטיגן?
"נודע ביהודה": איז וואָס זשע ווילט איר?
ר' יעקב שמשון: איך דאַרף אַ נדבה.
"נודע ביהודה": געהט צו דער צווייטער טיר, דאָרט זיצט מיין רביצין און טיילט אויס צדקה.
ר' יעקב שמשון: טמא מענטשן שטיפּט מען אָפּ צו דער צווייטער טיר.
"נודע ביהודה": איז וואָס זשע ווילט איר?
ר' יעקב שמשון: איך דאַרף אַן אָנגעזעהענע נדבה אויף פּדיון שבויים, צו אויסלייזן געפאַנגענע אידן. און איך פערלאַנג נישט אַז איר זאָלט גיבן דאָס נויטיגע פון אייער קעשענע. נאָר איר זאָלט שיקן אָנגעזעהענע מענטשן זיי זאָלן צונויף נעמען אַ גרעסערע סומע.
"נודע ביהודה": געהט אַריין אינעם צווייטן חדר. דאָרט זיצן מיינע דריי דיינים. זאָגט זיי אין מיין נאָמען, אַז זיי זאָלן צוזאַמען נעמען פאַר אייך אַן אָנגעזעהענע נדבה.
איז דער שליח געגאַנגען, און ער האָט אומגעקעהרט זיך אין אַ קורצער וויילע אַרום.
"נודע ביהודה": וואָס האָבן די דיינים געזאָגט אייך?
ר' יעקב שמשון: אייערע דיינים קליגלען איבער שלמה המלך עליו השלום.
"נודע ביהודה": וואָס מיינט עס?
ר' יעקב שמשון: שלמה המלך זאָגט: "רודף צדקה וחסד, ימצא חיים, צדקה וכבוד"[2], דער וועלכער יאָגט זיך נאָך צדקה און גענאָד, וועט געפינען לעבן, צדקה און גענאָד. איינער האָט געזאָגט אַז ער איז ניט בקו הבריאה, ער פילט ניט גוט. ער האָט מורא טאָמער וועט עס אים מאַכן ערגער. און שלמה המלך האָט געזאָגט "ימצא חיים", ער וועט געפינען לעבן. דער צווייטער האָט געזאָגט אַז ער האָט מורא טאָמער וועט מען ניט גיבן אים גענוג, וועט ער ניט וועלן נעמען. און שלמה המלך האָט געזאָגט "ימצא חיים, צדקה", ער וועט געפינען די צדקה וואָס ער דאַרף. דער דריטער האָט געזאָגט אַז עס איז ניט פאַר זיין כבוד, עס איז ניט פּאַסיג פאַר אים צו געהן נאָך נדבות. און שלמה המלך עליו השלום האָט געזאָגט "ימצא חיים, צדקה וכבוד", אַז ער וועט געפינען לעבן, צדקה און כבוד.
"נודע ביהודה": איך זעה אַז איר זענט אַ למדן. פאַר וואָס זשע טראָגט איר אַזעלכע צעריסענע מלבושים?
ר' יעקב שמשון: ווייל "וה' ענה בי, ושדי הרע לי"[3], ווייל דער אויבערשטער האָט געזאָגט עדות אַז איך האָב געזינדיגט, און דער אַלמעכטיגער האָט געמאַכט מיר ביטער.
"נודע ביהודה": איך זעה אַז איר זענט אַ חסיד. ערקלעהרט מיר וואָס אייגענטליך מיינט חסידים, און ווי הייסט אייער רבי?
ר' יעקב שמשון: איך בין קיין חסיד. אָבער איך בעט אייך איר זאָלט ערקלעהרן מיר וואָס עס מיינט חסיד.
"נודע ביהודה": …אויך איך בין קיין חסיד.
ר' יעקב שמשון: מיט וועלכן צדיק האָט איר פאָרט עפּעס אַ פאַרבינדונג?
"נודע ביהודה": איך בין קיין חסיד. איך בין פאַרבינדען מיט קיין צדיק. איך בין אַ געגנער, אַ דיספּוטאַנט, אַן אַרגומענטירער.
ר' יעקב שמשון: אַזאַ באַציהונג פּאַסט דאָך, אָבער, ניט פאַר אַזאַ תלמיד חכם ווי איר זענט. אין גמרא ווערט עס דאָך דערמאַנט לגנאי, צו שאַנד[4].
"נודע ביהודה": איך בין דער רב פון דער שטאָט, באַפעהל איך אייך צו זאָגן מיר אייער רבינ'ס נאָמען.
ר' יעקב שמשון: ווי קאָן איך אַרויס זאָגן מיין הייליגן רבין'ס נאָמען. איך האָב זיך דאָך ניט גע'טובל'ט היינט. אָבער אויפן רב'ס באַפעהל האָט ער אים געענטפערט אַז דער "תולדות יעקב יוסף" איז זיין רבי.
דערווייל האָט ר' יעקב שמשון באַמערקט ווי דער ספר "תולדות יעקב יוסף" שטעהט איבער געקעהרט. ער האָט געמאַכט אויפמערקזאַם דעם "נודע ביהודה" דערויף, האָט ער אים געזאָגט אַז אויב ער וועט פאַרענטפערן די קושיות וועלכע ער האָט אויפן ספר, וועט ער מכבד זיין דעם ספר גלייך מיט אַלע אַנדערע ספרים. דער "נודע ביהודה" האָט געפרעגט די קושיות. ר' יעקב שמשון האָט אַלץ פאַרענטפערט. און דער "נודע ביהודה" איז געווען צופרידן.
"נודע ביהודה": האָט איר געזעהן עפּעס מופתים פון אייער רבין?
ר' יעקב שמשון: מיין רבין'ס מופתים זענען אונצייליג. אָבער איך וועל דערצעהלן איין מופת וועלכען איך האָב געזעהן מיט מיינע אייגענע אויגן. איין מאָל ביי שלש סעודות איז דער טיש פּלוצעם איינגעבראָכן. אַלע כלים מיטן וויין זענען געבליבן גאַנץ. בלויז איין כלי איז געוואָרן צעבראָכן. גלייך דאַרויף איז געקומען צולויפן דער קרעמער, און ער האָט געזאָגט אַז ער האָט געשיקט על פּי טעות איין כלי מיט יין נסך, ניט אידישער וויין, און דאָס איז געווען די צעבראָכענע כלי.
דער "נודע ביהודה" האָט אים דאַן געבעטן ערקלעהרן אַ מדרש פּליאה. און ער איז געווען אַזוי נתפּעל פון ר' יעקב שמשון'ס אויסטייטשונג אַז ער האָט געטון אַ זאָג: "ניט אַנדערש, נאָר איר זענט עס דער שעפּיטאָווקער גאון". ר' יעקב שמשון האָט מודה געווען. דער "נודע ביהודה" האָט זעהר מכבד געווען אים. ער האָט צוגעזאָגט אים אַז מען וועט ניט פאַרברענען מעהר דעם ספר "תולדות יעקב יוסף", וואָרום ער איז אַ הייליג ספר.
זעט מעהר איינצעלהייטן אין "דברי נועם" און אין "דברי צדק".