שערי תשובה

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
שערי תשובה
Shaarei Teshuvah.png
אלגעמיינע אינפארמאציע
דורך רבינו יונה גירונדי
סוגה מוסר
נושא תשובה
דעקל פון א נייערע אויפלאגע

שערי תשובה איז א ספר פון רבינו יונה גירונדי, וואס באהאנדלט די טעמע פון תשובה און פארצייאונג אויף עבירות. דער ספר איז א טייל פון א גרעסערער חיבור, מיטן נאמען "שערי צדק", וואס ווערט דערמאנט אין מקורות פון א דור שפעטער[1]. א מערהייט פון דעם ווערק איז אבער פארלוירן געגאנגען, און דער חלק איבער תשובה איז געבליבן ווי א ספר פאר זיך. אנדערע רעשטלעך פון שערי צדק ווערן שפעקולירט.

דער ספר און זיינע טיילן

דער ספר "שערי תשובה" איז איינגעטיילט אין פיר טיילן, אדער "שערים":

  1. דער ערשטער שער דעטאלירט די אקטן פון תשובה וועלכע ווערן געפאדערט פונעם זינדיגער וואס קומט תשובה טון. צווישן זיי רעכנט דער מחבר אויס: חרטה, עזיבת החטא, טרויער, צעברעכן די גשמיות'דיגע תאוה, ווידוי, דאווענען און נאך.
  2. אין צווייטן שער רעכנט דער מחבר אויס זעקס פאקטארן וואס ברענגען דעם מענטש צו תשובה: צרות, אלטקייט, מוסר, עוסק זיין אין תורה, עשרת ימי תשובה און זארג פאר א פלוצלינג'דיגע טויט.
  3. דער דריטער שער רעדט זיך כמעט נישט וועגן תשובה טון, נאר ער רעכנט אויס צענדליגע מצוות און עבירות, אויסגעשטעלט לויט זייער הארבקייט. דער מחבר האט דאס געטון כדי דער וואס טוט תשובה זאל וויסן "די גרויסקייט פון יעדן זינד פון זיינע זינד… ווייל מיטן וויסן ווי גרויס און הארב עס איז דער זינד, וועט זיין זעל פארביטערט ווערן, און דעמאלט וועט זיין הארץ זיך אונטערגעבן און עס וועט פארגעבן ווערן זיין זינד".
    רבינו יונה צעטיילט די עבירות אויף צען טיילן אדער "מדרגות", פון גרינג צו הארב. אינעם ערשטן שטאפל זענען די איסורים מדרבנן, און אינעם צענטן זענען די עבירות וואס "אין לעושיהן חלק לעולם הבא". אין דעם שער באהאנדלט דער מחבר אויך די מהות פון די פיר גרופעס וואס "אינן מקבלות פני שכינה".
  4. דער פערטער שער רעכנט אויס די סארטן כפרות וואס ווערן געפאדערט פאר פארשידענע עבירות. פארהאן עבירות וואס איז גענוג תשובה צו טון אויף זיי, עס זענען דא אזעלכע וואס מען דארף ווארטן ביז'ן פארגעבונג פון יום כיפור, אזעלכע וואס פאדערן אויך יסורים, און עס איז דא אויך אן עבירה וואס ווערט נישט פארגעבן נאר מיטן טויט.

אין צוגאב צו דעם האט רבינו יונה געשריבן א קורצע קונטרס מיטן נאמען "יסוד התשובה", וועלכע איז ווי א וועג-ווייזער אין קורצן פאר איינער וואס טוט תשובה.

דער ספר "שערי צדק"

ווי ערווענט, איז דער ספר אן איבערבלייבעניש פון א גרעסערע ווערק מיטן נאמען "שערי צדק" וואס איז פארלוירן געגאנגען. ווי עס שיינט זענען פארהאן נאך איבערבלייבענישן:

  • ספר היראה וואס איז צוגעשטעלט אין רוב אויפלאגעס צו שערי תשובה, דאס איז ווארשיינליך דער "שער היראה" פון שערי צדק. דער ספר געבט אָן די פּראַקטישע אפּליקאַציע פונעם ספר שערי תשובה, ווי עס צו אויספירן למעשה.
דער ספר איז א רעלאטיוו קורצער און נישט צעטיילט אין פרקים. עס גייט איבער דעם סדר היום פון א איד, אנגעהויבן ביים זיך ערוועקן פון שלאף ביזן זיך לייגן אין בעט ביינאכט. צום סוף פונעם ספר ברענגט ער אויך עטליכע ענינים וועגן שבת און ימים טובים. דער בית יוסף צייכנט אפט צו דעם רבינו יונה – בעיקר פונעם ספר היראה, זייענדיג עוסק אין ענינים פון אורח חיים – אלס מקור צו די פסקים פון דער טור, ווי אויך דער גר"א אין זיין ביאור אויף שולחן ערוך צייכנט דאס צו אלס מקור פאר פסקים פונעם מחבר[2].
  • אין דער באוואוסטער פירוש פון רבינו יונה אויף ספר משלי ערשיינען שטיקלעך פון "שערים", און ווי עס זעט אויס זענען דאס ציטאטן פון זיין ספר שערי צדק.
  • דער ספר "שערי העבודה" (בני ברק תשכ"ז), איז לויט די טענה פונעם ארויסגעבער - רבי בנימין יהושע זילבער - געשריבן דורך רבינו יונה, און איז נאך א טייל פונעם פארלוירענער ספר שערי צדק. דער ארויסגעבער געבט אן אז דעם ספר האט זיין זון דערקענט אין א כתב יד. אין שפעטערדיגע דרוקן פונעם ספר שטיצט ער אונטער די אידענטיפיקאציע מיט נאך באווייזן, און ווארפט אפ פארשידענע טענות דערקעגן. רבי יעקב ישראל קאניעווסקי האט געהאלטן אז דער ספר איז נישט פארפאסט געווארן דורך רבינו יונה[3], אבער האט נישט אנגעגעבן קיין ערקלערונג. דאקעגן, ישראל תא-שמע האט געהאלטן אז די אידענטיפיקאציע איז יא באזירט, און דער בעלות פון רבינו יונה אויפן חיבור איז א באשטעטיגטע[4].

אויפנאמע

שערי תשובה ווערט פאררעכנט אלס א ספר יסוד צווישן די מוסר ספרים[5]. רבי חיים וואלאזשינער האט געזאגט אז די פארשידענע ספרי מוסר זענען נישט אלע די זעלבע פאסיג פאר יעדן איד, פאר איינעם איז געאייגנט "ראשית חכמה" און פאר א צווייטן "חובת הלבבות"; בלויז שערי תשובה איז צוגעפאסט פאר אלעמען, ווייל דער מחבר איז געווען פון די גרויסע פוסקים צווישן די ראשונים און זיינע רייד זענען אויסגעבויט לויט די הלכה. אויך דער חפץ חיים, אין זיין ספר אויף די הלכות פון לשון הרע, האט זיך אסאך באזירט אויף ראיות פון שערי תשובה, מיט די טענה אז עס נישט בלויז א מוסר ספר און צו אלע זיינע ווערטער זענען פארהאן הלכה'דיגע מקורות[6].

רבי יהושע לייב דיסקין האט שטענדיג געהאלטן דעם ספר אין זיין טלית בייטל[7]. רבי שמעון יהודה הכהן שקאפ האט במשך פופציג יאר געלערנט דעם ספר יעדן טאג פאר א האלבע שעה בעפאר שחרית, און ער האט געדענקט דעם גאנצן שערי תשובה פון אויסנווייניג[8].

באזונדער ווערט חודש אלול באטראכט אלס א פאסיגע צייט צו לערנען דעם ספר[9], אלס א הכנה צו די ימים נוראים און די כפרה פון יום כיפור. רבי ישראל סאלאנטער רעקאמענדירט צו לערנען שערי תשובה אין חודש אלול[10], און בפרט דעם דריטן שער, וואו דער מחבר שמועסט אויס דאס הארבקייט פון די עבירות[11]. רבי יצחק זאב הלוי סאלאווייטשיק, ווען ער איז געווען אין קרעניץ, האט ער גאנץ חודש אלול געלערנט שערי תשובה מיט א קענטבארע התרגשות[12], און עס איז דער גאנצער חודש געליגן אויפן טיש פון רבי חיים עוזר גראדזענסקי[13]. דער חזון איש פלעגט מעיין זיין אין שערי תשובה דורכאויס די עשרת ימי תשובה[14]. דער רא"ש שרייבט אז מען זאל ליינען דעם אגרת התשובה אין דער וואך פון ראש השנה[15].

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  1. צום ביישפיל: רבי חסדאי קרשקש, "אור השם", מאמר ג חלק ב, כלל ב, פרק א
  2. רב"י זילבער, מבוא צום ביאור מקור היראה אויף ספר היראה
  3. אברהם הלוי הורביץ, ארחות רבינו הקהלות יעקב ה, עמ' רה (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן), אין נאמען פון זיין זון רבי חיים קאניעווסקי.
  4. י"מ תא-שמע, "חסידות אשכנז בספרד: רבנו יונה גירונדי – האיש ופועלו", כנסת מחקרים, כרך ב: ספרד, מוסד ביאליק, ירושלים תשס"ד, עמ' 133 ועמ' 145–148.
  5. עלי שור, חלק ב' עמוד קע"ה
  6. חפץ חיים, הקדמה; משה מאיר ישר, החפץ חיים ב, עמ' תעז.
  7. בטוב ירושלים, עמוד קי"ח
  8. תורה יבקשו מפיהו, עמוד 219
  9. רבי צבי הירש פון לובלין, אין: הנהגות הצדיקים, חלק ב' עמוד תתקי"א
  10. אור ישראל אגרת ז'
  11. תורת רבי ישראל מסלנט, תל אביב תשי"ג, עמוד נ"ה
  12. מלר, שמעון יוסף בן אלימלך, עובדות והנהגות לבית בריסק ג, עמ' קכד (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן)
  13. דרכי החיים, עמוד שכ"ב
  14. אברהם הלוי הורביץ, ארחות רבינו הקהלות יעקב ב, עמ' קצה (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן)
  15. אורחות חיים להרא"ש ז, טז