רוי:רבי יעקב ישראל קאניעווסקי

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי יעקב ישראל קאניעווסקי

רבי יעקב ישראל קאַניעווסקי (באקאנט ווי דער סטייפלער גאון[1] אדער בלויז דער סטייפלער, אויפן נאמען פון זיין געבורטשטאט הארניסטייפל אין אוקראינע; ט' תמוז ה'תרנ"טכ"ג אב ה'תשמ"ה) איז געווען איינער פון די מנהיגים פונען ליטווישן ציבור אין ישראל. ער האט מחבר געווען די סעריע ספרים קהלות יעקב אויף ש"ס.

לעבנסגעשיכטע

יעקב ישראל איז געבוירן געווארן אין תרנ"ט צו זיינע עלטערן חיים פרץ און ברכה קאַניעווסקי אין זייערע עלטערע יארן. זיין פאטער איז געווען א חסיד פונעם הארנסטייפלער רבי'ן, וואס האט אים גע'עצה'ט צו געבן א נאמען זיין זון נאכן טשערקאסער רבי'ן, רבי יעקב ישראל טווערסקי.

פון יונגערהייט איז ער געווען געוואוסט פאר אן עילוי און א מתמיד. ער האט געלערנט אין דער נאווהארדאקער ישיבה בשעת ווען זי איז געווען אין האמל ביי דער ערשטער וועלט מלחמה און דערנאך אין ביאליסטאק. ער האט געהייראט מרים קארעליץ, שוועסטער פונעם חזון אי"ש, וואס איז געווען דער שדכן אויפן שידוך. צווישן די יארן תרפ"ו - תרצ"ד איז ער געווען א ר"מ אין דער נאווהארדאקער ישיבה אין פינסק.

ראש חודש ניסן תרצ"ד (1934), עטליכע חדשים נאך זיין שוואגער דער חזון איש, איז ער ארויף קיין ארץ ישראל און ער האט זיך באזעצט אין בני ברק. גלייך ווען ער איז אנגעקומען האט אים הרב מתתיהו שטשיגל, גרינדער פון דער נאווהארדאקער ישיבה אין בני ברק, באשטימט צו ווערן ראש ישיבה.

נאך זיין ווייבס פטירה האט דער סטייפלער געוואוינט ביי זיין טאכטער יאספע ברזם.

דער "סטייפלער" איז נפטר געווארן פרייטאג צונאכט, כ"ג מנחם-אב, תשמ"ה, און מ'האט אים באערדיקט אין דעם שומרי שבת בית עולם אין בני ברק, נאנט צום קבר פונעם חזון איש.

משפחה

רבי יעקב ישראל האט געהייראט זיין ווייב מרים קארעליץ אין ווילנע ז' אדר ב' תרפ"ז.[2] זיי האבן געהאט דריי קינדער:

רעפערענצן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!