רבי חיים ברים

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי חיים ברים
Rabbi Chayim Brim.jpeg
געבורט ה'תרפ"ב
פטירה כ"ו אדר ה'תשס"ב (אלט: 80 בערך)
רבי חיים אלס אינגערמאן

רבי אברהם חיים ברים (תרפ"בכ"ו אדר תשס"ב) איז געווען א ירושלימ'ער ראש ישיבה, א באיאנער חסיד און תלמיד פונעם חזון איש, וועלכער האט געדינט אלס מרביץ תורה אין מערערע ישיבות.

ביאגראפיע

רבי חיים איז געבוירן אין חודש טבת תרפ"ב אין אלטשטאט ירושלים צו רבי מרדכי דוד ברים, א באיאנער חסיד. דער נאָמען 'ברים' איז די ראשי תיבות פון ב'ני ר'בי י'צחק מ'רדכי, אויפן נאמען פון זיין פאטער, רבי יצחק מאיר קלאגסברוין, אן אפשטאמיגער פון א גאליציאנער משפחה פון צאנזער חסידים. רבי יצחק מאיר'ס פאטער, רבי דוד קלאגסברוין, איז ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל מיט זיין גאנצער משפחה, און ער ליגט אויפן הר הזיתים.

אין זיין יוגנט האט ער געלערנט אין תלמוד תורה און אין ישיבה "עץ חיים", וואו ער איז באקאנט געווארן אלס עילוי. ער איז נאנט געווען מיטן ראש ישיבה, רבי איסר זלמן מעלצער, וועלכער האט אים שטארק געשעצט און געלערנט מיט אים פּערזענליך. אלס בחור פלעגט ר' חיים לערנען שבת בחברותא מיט רבי שלמה זלמן אויערבאך, דאן א יונגערמאן.

זיין פאטער איז אוועק אין זיין יוגנט. ער האט חתונה געהאט אין 1941 (תש"א) מיט רוחמה הינדל, טאכטער פון רבי ישראל טויסיג פון מאַטערסדאָרף, און נאך זיין חתונה האט ער געלערנט אינעם באיאנער כולל אין ירושלים, אינאיינעם מיט רבי משה חיים שמערלער, רבי חיים שלמה ראבינאוויטש און נאך.

מיטן חזון איש

אין יענע יארן האט אים א חבר, רבי אברהם יעקב וויינער, א תלמיד פונעם חזון איש, פארבינדן מיט זיין רבי'ן און ער איז געווארן פון זיינע נאנטע תלמידים. זיי, אינאיינעם מיט נאך עטליכע חברים, ירושלימ'ער תלמידים פונעם חזון איש (רבי חיים שאול גריינימאן - א פלומעניק פונעם חזון איש, רבי יהודה שפירא און רבי משה יהושע לאנדא), פלעגן וועכנטליך פארן קיין בני ברק צו רעדן אין לערנען מיט אים. רבי חיים האט געקענט פון אויסנווייניג אלע כתבים פונעם חזון איש און האט באזירט זיינע לימודים אויף די חידושים פון דעם רבי'ן זיינעם. ער האט דאן אפילו גונז געווען אלעס וואס ער האט פריער געשריבן לויטן ישיבה'שן דרך הלימוד, ווייל ער האט אנגענומען דעם חזון איש'ס אייגנארטיגן דרך הלימוד. אין עטליכע געלעגנהייטן האט ער געדינט אלס שליח פונעם חזון איש צום בריסקער רב, רבי יצחק זאב הלוי סאלאווייטשיק.

ביי די גרינדונג פון דער מירער ישיבה אין ירושלים דורך רבי אליעזר יהודה פינקל אין תש"ד, איז רבי חיים ברים געווען פון דער ערשטער גרופע פון תלמידי חכמים וואס האבן אנגעהויבן דארט לערנען[1]. רבי חיים איז דארט געווען פון די אנפירער פון א "חבורה" געאייגנט פאר תלמידים פונעם חזון איש[2]

אלס מרביץ תורה

זיין קבר אויפן הר הזיתים

רבי חיים ברים האט געדינט אין מערערע וויכטיגע פאזיציעס. זיין ערשטע תורה'דיגע פאזיציע האט דער חזון איש אים אנגעטראגן, צו דינען אלס "שואל ומשיב" אין דער סלאבאדקער ישיבה אין בני ברק, וואו ער איז נאנט געווארן מיט רבי יחזקאל אבראמסקי. שפעטער האט ער געדינט אלס מגיד שיעור אין ישיבת רוזי'ן אין בני ברק, דערנאך אלס ראש ישיבה אין די ישיבות "אוהל יעקב" אין זכרון מאיר, בני ברק, "לפלגות ראובן" און "פורת יוסף" אין ירושלים.

נאך דער זעקס טעג מלחמה אין יאר תשכ"ז, איז ער ארומגעפארן צו פארשידענע ישובים איבערן לאנד אוועקצושטעלן דארט שיעורי תורה - אינאיינעם מיט רבי מנחם מענדל מענדלזאן, דער שפעטערדיגער קוממיות'ער רב, און רבי מרדכי דוד לודמיר - א פראיעקט וואס האט זיך שפעטער אנטוויקלט צו א נעץ פון שיעורי תורה, אונטערן נאמען "תורה ויהדות לעם".

עטליכע יאר שפעטער איז ער גערופן געווארן צו דינען אלס ראש ישיבה אין דער סקווירער ישיבה אין שיכון סקווירא, ביזן יאר תשל"ח, ווען ער האט מוותר געווען אויף זיין פאזיציע פאר זיין נאנטן חבר, רבי בערל קרויזער, און איבערגענומען רבי בערל'ס אמט אלס פרעשבורגער ראש ישיבה אין ירושלים[3]. שפעטער האט ער געגרינדעט און אנגעפירט כולל משכן יוסף אין ירושלים.

אין צוגאב צו זיין גרויסקייט אין תורה און אין חסידות, איז ער אויך געווען שטארק באקאנט מיט זיין אויסנאמע ענווה און מידות טובות[4]. ער פלעגט אסאך פאַסטן, און האט מגלה געווען אז רוב פון זיינע תעניתים זענען צוליב חשש פון טשעפּענען מענטשן[5]. ער האט מקיים געווען די מצוה פון הכרת הטוב בצורה מופלאה[6], און ער פלעגט טון מופלא'דיגע מעשי חסד בצנעה[7].

ער איז געווען דבוק בלב ונפש צו זיין רבי'ן, רבי מרדכי שלמה מבאיאן. פאר לאנגע יארן האט ער געדינט אלס בעל תפילה אין די ימים נוראים אין שיכון סקווירא. אין דער חסידישער וועלט איז אויך באקאנט א מירונ'ער ניגון וואס ער פלעגט זינגען מיט גרויס שמחה און התרוממות אין באיאן און ביים משמח זיין חתן כלה, וועלכער ווערט גערופן "רבי חיים ברימ'ס ניגון"[8].

ער איז נפטר געווארן מוצאי שבת, כ"ו אדר תשס"ב, און איז באערדיגט געווארן אויפן הר הזיתים.

זיינע ספרים

זיינע תורה ווערק זענען געדרוקט געווארן דורך רבי ישראל ברים, א זון פון רבי חיים'ס זון רבי מרדכי:

  • מרבה חיים - שיחות: צוועלף שמועסן איבער תורה און עבודת ה', ירושלים, תשס"ו
  • מרבה חיים - מועדים: שמועסן אויף די ימים טובים, ירושלים, תשס"ו, צוויי בענדער
  • מרבה חיים על הש"ס: חלק א', זרעים-מועד, ירושלים, תש"ע

זיין פאמיליע

רבי אברהם חיים'ס ברודער איז געווען רבי יהושע העשיל ברים (ברמ"ד; תרע"ג – כ"א שבט תשמ"ו). ער האט געלערנט אין ישיבת עץ חיים, און דערנאך אין בית המדרש 'כרם ציון' מיט רבי שלמה זלמן אויערבאך. ער האט געדינט אלס ר"מ אין ישיבת מיר ביז תשי"ג, ווען ער האט געגרינדעט די ישיבה 'תפארת ישראל – רוז'ין' אויף דער בקשה פון דער באיאנער רבי'ן. זיינע קינדער זענען: רבי ראובן ברים, רבי אהרן ברים, זיין טאכטער הדסה רייזיל איז פארהייראט צו רבי יעקב דוד מענדל לייב פרידמאן, דער באהושער רבי אין בני ברק, און זיין טאכטער טובה איז געווען פארהייראט צום וואסלויער רבי'ן, רבי אברהם שמשון שלום הלפרין[9].

נאך א ברודער איז געווען רבי משה ברים (תרס"ו – י' סיון תשל"ו), דער פאטער פון רבי יהושע העשיל ברים (י' שבט תרצ"ו – ג' חשוון תשפ"א), ראש ישיבת באהוש. "ר' יושע הקטן" האט געלערנט אין ישיבת עץ חיים און איז געווען נאנט צום חזון איש. זיין פעטער, רבי חיים ברים, איז געווען זיין רבי מובהק. ער האט אנגעהויבן דינען אלס משיב/ר"מ אין מתיבתא תפארת ישראל (באיאן) אין תשכ"ג. אין תשמ"ט איז ער באַשטימט געווארן דורך דעם באהושער רבי אלס ראש ישיבה לצעירים פון באהוש, און אין תשנ"ז איז ער געווארן ראש ישיבה פון דער ישיבה גדולה. ער האט מחבר געווען די ספרים ילקוט שיעורים כלליים און קובץ שיעורים כלליים[10].

רבי חיים'ס קינדער זענען:

  • רבי מרדכי, א באקאנטער מתמיד, צדיק און מקובל, און א חשובער רב פון חסידי באיאן אין ירושלים. זיין ווייב, הרבנית חיה אסתר רחל ברים (וויען, ת"ש – ירושלים, י"א אלול תשפ"ד) איז געווען די טאכטער פון רבי מרדכי גרינפעלד, גאב"ד נירעדהאז[11]. זיינע זין: רבי ישראל, ראש כולל 'מרבה חיים'; רבי יהודה, ר"מ אין ישיבת וויזשניץ; און רבי יחזקאל, ר"מ אין ישיבת סאטמאר. זיינע איידעמער: רבי יעקב לייב גאלדמאן (ראש ישיבת זוועהיל, זון פון זוועהילער רבי), רבי אהרן שמואל לעמבערגער (ר"מ אין ישיבת 'שערי תורה' און זון פון מאקאווער רב), און רבי צבי אריה ברוכשטט.
  • זיין איידעם, רבי מרדכי שלמה שטיינמעץ, דער וויזשניצער רב אין הר נוף און ארויסגעבער פון די ספרים "שומר שבת"[12].
  • זיין טאכטער, אסתר, חתונה געהאט מיט רבי משה אלישיב, זון פון רבי יוסף שלום אלישיב.
  • ר' ישעיה, איידעם פונעם סקווירער דיין, רבי שמואל אפרים זלמן אונגער.

זיינע תלמידים

צו ליינען מער

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. "צ רבי אברהם חיים ברים זצ"ל - בית הוראה אביר יעקב.
  2. צווישן אנדערן, האבן אין דער חבורה געלערנט רבי מענדל אטיק און רבי משה יהושע לאנדא - פון די אנפירער פון דער חבורה; רבי אברהם יעקב וויינער, רבי דוב מאיר קרויזער, רבי זונדל קרויזער, רבי יהושע העשיל ברים, רבי מאיר בראנדסדארפער און רבי נחום ראגאזניצקי.
  3. יוסף מאיר האס, "מקים עולה של תורה", המבשר תורני, תשע"ב, 188 (מטות מסעי)
  4. רבי משה מנחם טויבנפעלד, בפקודיך אשיחה, חלק א', זייט נ"ח-נ"ט (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
  5. לנהוג כבוד זה בזה - עובדות נפלאות לרגל ימי ספירת העומר, אויף דרשו, ‏מאי 1, 2024.
  6. היהודי שזכה לקבל מידי ערב ראש השנה שיחת טלפון מהגה"צ רבי חיים ברים זצ"ל, אויף דרשו, ‏אקטאבער 10, 2020.
  7. מעשי החסד המופלאים של הצדיק רבי אברהם חיים ברים זצוק"ל, אויף דרשו, ‏נאוועמבער 1, 2017.
  8. הרב סוכות אין ויזניץ 1 ח"ב, ניגון רבי חיים ברים, שיעור צו הערן אויף "קול הלשון" אָודיאָו. זעט פון דא און ווייטער אויף אוצר החכמה פארום.
  9. רבי יהושע השיל ברים (בויאן), אויף המכלול אין העברעאיש.
  10. רבי יהושע השיל ברים (בוהוש), אויף המכלול אין העברעאיש.
  11. משה ויסברג, אשת הצדיק מירושלים: מרת חיה אסתר רחל ברים ע"ה, אויף בחדרי חרדים, סעפטעמבער 14, 2024.
  12. שומר שבת, חלק א' און שומר שבת, חלק ב'
  13. רבי יוסף ישראל אייזנבערגער, שו"ת שבטי ישראל, חלק א', אין הקדמה.
  14. זון פון רבי יהושע העשיל.