רוי:רבי יוסף שלום אלישיב

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי יוסף שלום אלישיב
געבורט א' ניסן ה'תר"ע
טויט כ"ח תמוז ה'תשע"ב (אלט: 102)
טעטיקייט ארט ירושלים
טעקע:Elyashiv.jpg
הרב יוסף שלום אלישיב

הרב יוסף שלום אלישיב (א' ניסן ה'תר"ע, שאוולכ"ח תמוז ה'תשע"ב, ירושלים) איז געווען א גרויסער פוסק און דער מנהיג פון דער ליטווישער וועלט.

הרב איסר יהודה אונטרמן מיט הרב יוסף שלום אלישיב (מרכז) מיט הרב שלמה גורן (גרונצ'יק)
הרב חיים קאַניעווסקי אויפן פּאָדיום ביי דער זיצונג פון דגל התורה (צווייטער פון לינקס), יד אליהו תל אביב-יפו, (26טן אפריל 1990 א' ניסן תש"נ). לעבן אים זענען: הרב רבי אלעזר מנחם מן שך, הרב יוסף שלום אלישיב, הרב רבי חיים קאניעווסקי, הרב שלמה שמשון קרליץ

יונגע יארן

הרב יוסף שלום איז געבוירן געווארן א' ניסן תר"ע צו זיין פאטער הרב אברהם לעווינסאן ( ר' "אברהם אראנער") און זיין מוטער חיה מושא, א טאכטער פון דעם מקובל הר"ר שלמה עליאַשעוו, מחבר פון "לשם שבו ואחלמה", נאך 22 יאר וואס זיי האבן נישט געהאט קיין קינדער.[1]

א ירושלימער איד, וואס איז געווארן דער מנהיג פון דער ליטווישער וועלט.

אלס בחור איז ער געווען נאנט צו הר"ר רבי זעליג ראובן בענגיס, גאב"ד פון דער עדה החרדית.

ח' כסלו תשי"א (1950) האט הרב הרב יצחק אייזיק הלוי הערצאג אים באשטימט א דיין אין דעם ירושלים שטאטישן בית דין. קורץ נאכהער האט מען אים באשטימט א דיין אין דעם בית דין הגדול, אן אמט וואס ער האט געהאלטן ביז תשל"ד.

געדינט אלס דיין אין היכל שלמה, ביז דער קאנטראווערסיע פון ווען הרב הרב שלמה גורן האט מתיר געווען די ממזרים לבוא בקהל, דאן האט ער זיך איינגעשפארט אין זיין הויז לערנען פאר זיך עלנד און אליינס און ענטפערן שאלות.

אין זיינע לעצטע יארן האט ער געפירט די גאנצע חרדישע וועלט, זייענדיג דער גרעסטער כוח אין די ליטווישע תורה קרייזן. זיין גבאי איז געווען רב אפרתי וואס ער שרייבט און רעדט אין זיין נאמען, בשעת ווען הרב אלישיב זיצט ווייטער פארשפארט און לערנט פאר זיך אן קיין איין אפיציעלע פובליק שטעלע.

אין סיון תשע"א איז הרב אלישיב דורכגענגאנגען בלוטגעפעס כירורגיע דורך דאקטער דניאל קלער, פארזיצער פונעם דעפארטמענט פון בלוטגעפעס כירורגיע אין קליוולאנד קליניק.[2]

כ"ה תמוז תשע"ב איז ער נפטר געווארן אין שערי צדק שפיטאל. ביי זיין לוויה שפעט ביינאכט זענען געווען 300,000 אידן, און מען האט אים באגראבן אין הר המנוחות..

פאמיליע

הרב יוסף שלום האט חתונה געהאַט מיט שיינא חיה, די טאכטער פון הרב רבי אריה לעווין. זיי האבן געהאט צוועלף קינדער:

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!