רוי:רבי אורי פון סטרעליסק
ר' אורי, באוואוסט אלס דער שרף פון סטרעליסק, (נפ' סטרעליסק, כ"ג אלול ה'תקפ"ו) איז געווען איינער פון די גדולי החסידות אין דעם צווייטן דור נאכן בעל שם טוב.
אורי איז געבוירן אין יאנאוו, לעבן לעמבערג, צו זיין אלטן פאטער ר' פינחס, א פשוטער בעל מלאכה, און זיין מאמען, וואס האט באקומען א ברכה פונעם מעזריטשער מגיד אז זי וועט האבן א קינד וואס וועט באלייכטן די וועלט.
ער האט חתונה געהאט מיט מרת פריידא. בזיווג שני האט ער חתונה געהאט מיט דער טאכטער, בלומא, פון רבי יעקב קאפל חסיד, דער בעל תפילה ביים בעש"ט.[1] ער האט געהאט א זון שלמה.
ער איז געווארן א חסיד פון רבי שלמה פון קארלין, ביי וועמען ער האט געלערנט צו דאווענען מיט גרויס התלהבות. נאך זיין הסתלקות האט ער אנגעהויבן פירן א רעביסטעווע אין לעמבערג.[1]
זיינע תורות און מעשה'ס וועגן דעם שרף זענען געדרוקט אינעם ספר "אמרי קדוש".
רבי אורי איז נפטר אום כ"ג אלול תקפ"ו (1826).
נאך זיין פטירה האט זיין תלמיד רבי יהודה צבי פון סטרעטין.
מקורות
- יצחק וורפל, ספר החסידות תש"ז
- יקותיאל אריה קאמעלהאר, הרה"ק אורי זצ"ל מסטרעליסק אין דור דעה, ניו יארק תשי"ב
- דער שרף פון סטרעליסק
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!