11
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
11 אין פארשידענע קאלענדארן | |
יוליאנישער קאלענדאר | 11 XI |
אידישער לוח | ג'תשע"א - ג'תשע"ב |
כינעזישער קאלענדאר | 2707 – 2708 庚午 – 辛未 2708 איז דאס יאר פונעם שאף |
עטיאפישער קאלענדאר | 3 – 4 |
פערסישער קאלענדאר | 611 BP – 610 BP |
איסלאמישער קאלענדאר | 630 BH –629 BH |
11 איז דאס 11'טע יאר אינעם 1'טן יארהונדערט. דאס איז א געווענליך יאר, וואס איז 365 טעג. אין יענער צייט איז נאך נישט געווען קיין גרעגאריאנישער קאלענדאר, דערפאר איז דאס יאר נאר אינעם יוליאנישן קאלענדאר. דער קריסטליכער קאלענדאר וואס איז אנגענומען היינט האט ערשט אָנגעהויבן אין יאר 525, אבער איז געווארן איינגעפירט רעטראאַקטיוו. (אלע דאטומען דא זענען לויט'ן יוליאנישן קאלענדאר).
געשעענישן
- דער רוימישער גענעראל גערמאניקוס פארזיכערט פאר דער אימפעריע דעם רוימישער פראווינץ "גערמאניע אינפעריאר" (וואו עס איז היינט האלאנד, בעלגיע, דייטשלאנד, און לוקסעמבורג) און דער רהיין
- אויגוסטוס לאזט אפ זיין פלאן אויפצושטעלן א שוץ-גרעניץ ביים עלבע, כדי צו פארשטארקן רוימישע פארטיידיגונג לענגאויס דעם רהיין און דוניי.
- ארטאבאנוס דער צווייטער ווערט הערשער איבער פארטריע
- סאטאקארני הייבט אן רעגירן איבער דער אנדרא אימפעריע אין אינדיע
- דער געלער טייך רינט איבער אין א מאסיווער פארפלייצונג. עס איז אנגענומען אז דאס האט צוגעברענגט דעם צוזאמפאל פון דער שין דינאסטיע אין כינע[1]
געבוירן
געשטארבן
קאלענדאר
►► | 11 | ◄◄ |
ג'תשע"א - ג'תשע"ב |
פאלגנד איז א יוליאנישער קאלענדאר פאר דעם יאר.
דער אידישער לוח איז באשטימט געווארן על פי ראיה ביז צום יאר ד'קי"ט (359). וויבאלד די יארן זענען נישט געווען באשטימט על פי חשבון - ווערט דא נישט געצייגט דער אידישער לוח.
רעפערענצן
- ↑ Tregear, T. R. (1965) A Geography of China, pp. 218–219
יארן און יארהונדערטער | |
---|---|
|