ד'קכ"ח
ד'קכ"ח (4,128) , איז א אידיש יאר, וואס האט זיך אנגעהויבן א' תשרי, דעם אוונט פאר סעפטעמבער 11, 367 (לויט דער יוליאנישער קאלענדאר, וואס איז דאן אנגעגאנגען), און האט זיך געענדיגט כ"ט אלול, אויגוסט 29, 368.
דער מולד פון תשרי געפאלט מאנטאג בייטאג, 43 מינוט און 2 חלקים נאך צוויי. דער קביעות פון יאר איז דעריבער השא. עס איז נישט קיין עיבור יאר, און איז לאנג 354 טעג.
עס איז דאס פינפטע יאר אין א שמיטה, און די 5'טע יאר אינעם 218'טן מחזור העיבור. תקופת ניסן פון דער יאר הייבט אן די 12'טע יאר (סימנה יביגז) אינעם 148'סטן מחזור גדול פון דער זון.
דאס איז שנת רצ"ט צום חורבן בית המקדש, און שנת תרע"ט לשטרות.
געשעענישן
- רב אשי ווערט ראש ישיבה אין מתא מחסיא, א פאדערשטאט פון סורא; רב פפא פירט ווייטער אין נרש.
- די עמפערארס פון מערב-טייל פון די רוימישע אימפעריע, וואלענטיניאן דער ערשטער מיט זיין אכט-יעריגער זון גראטיאן, שפרייזן אריבער דעם רהיין מיט אן ארמיי אריין אין אלעמאנער טעריטאריע. די פריערדיגע אינוואזיע פון די אלעמאנער (אין ד'קכ"ו) ווערט צוריקגעשטויסן.
געבוירן
נפטר געווארן
קאלענדאר
| ►► | ד'קכ"ח | ◄◄ |
| 367 - 368 |
פאָלגנד איז א אידיש - יוליאנישער קאלענדאר. אין יעדן טאג קעסטל איז פארהאן איין אדער צוויי אותיות אנצוצייכענען דעם טאג אינעם אידישן חודש, און א נומער אנצוצייכענען דעם טאג אינעם יוליאנישן מאנאט.
| יום טוב / רו טאג |
יום טוב וואס איז נישט קיין רו טאג |
פאסט טאג |
יאר אייגנשאפטן