אלף הראשון
דער אלף הראשון איז די ערשטע טויזנט יאר פון די וועלט באשאף, פון "שנת תוהו" (דער ערשטער יאר וואס האט אנטהאלטן בלויז פינף טעג) ביז יאר תתקצ"ט. די זענען בערך אין פּאראלעל צו די יארן 3761 ביז 2761 בצ"ר אינעם שפּעטערן גרעגאריאנישן קאלענדער.
די ערשטע צוויי טויזנט יאר איז, לויט דער גמרא, אן עפּאכע פון "תוהו" (וויסטעניש)[1]. מענטשן האבן דאן געלעבט גאר לאנג; די גאנצע טויזנט יאר באשטייט פון בערך 9 דורות, און דער ערשטער מענטש האט געלעבט כמעט די גאנצע טויזנט יאר.
לויט'ן רמב"ן זענען די זעקס יאר-טויזנטער וואס די וועלט שטייט, אקעגן די זעקס טעג פון די וועלט באשאף; "אזוי אין די ערשטע צוויי טעג איז די וועלט געווען אינגאנצן וואסער, און גארנישט איז געווארן געענדיגט אין זיי. זיי ווייזן אויף די ערשטע צוויי טויזנט יאר ווען עס איז נישט געווען ווער עס זאל רופן דעם נאמען פון ג-ט. און אזוי האבן חז"ל געזאגט: שני אלפים תוהו. עס איז אבער געווען די באשאפונג פון ליכטיגקייט אויף דער ערשטער טאג ענטשפּרעכנד צו די טויזנט יאר פון אדם וואס איז געווען דער ליכט פון דער וועלט[2] און אנערקענט זיין באשאפער. אפשר האט אנוש נישט געדינט קיין געצן ביז צום טויט פון אדם הראשון"[3].
די יארן ווערן דא גערעכנט לויטן ציילונג באניצט אין סדר הדורות און אין אנדערע ספרים אויף אידישע כראנאלאגיע, וועלכע הייבן אן פון טאג ווען אדם הראשון איז באשאפן געווארן, אין צווייטן יאר לבריאת העולם (דער ערשטער יאר לבריאת העולם, גערופן "שנת תוהו", האט אנטהאלטן בלויז פינף טעג). לויט די רעכענונג וואס איז היינט אנגענומען (אין וועלכע דער יעצטיגער יאר איז ה'תשפ"ה), וואס הייבט זיך אן פון ערשטן טאג צום בריאת העולם, דארף מען צולייגן איין יאר צום חשבון.
ביי טייל פון די יארן דארף מען מעגליך צולייגן נאך איין צום חשבון, געוואנדן אויב די יארן אין די תורה רעכענען זיך ווען זיי הייבן זיך אן אדער ווען זיי זענען געענדיגט[4].
געשעענישן
- -, כ"ה אלול (לויט רבי אליעזר[5]) – בריאת העולם, ערשטער טאג פון וועלט באשאף[6]
- -, כ"ו אלול – צווייטער טאג פון וועלט באשאף, ג-ט האט באשאפן די רקיע
- -, כ"ז אלול – דריטער טאג פון וועלט באשאף, ג-ט האט באשאפן די געוויקסן
- -, כ"ח אלול – פערטער טאג פון וועלט באשאף, ג-ט האט באשאפן די זון, לבנה און שטערנס[7]
- -, כ"ט אלול – פינפטער טאג פון וועלט באשאף, ג-ט האט באשאפן די פישן און פויגלען
- א', א' תשרי – זעקסטער טאג פון וועלט באשאף, ג-ט האט באשאפן די ערד-באשעפענישן, אדם הראשון און חוה. פארגעקומען דער חטא עץ הדעת.
- א', ב' תשרי – ערשטער שבת
- רס"ו[8] – אנוש און זיין דור הייבן אן דינען באשעפענישן, א פירונג וואס איז שפעטער געווארן פארוואנדלט אין עבודה זרה[9]
- שס"ה – קינן ווערט דער ערשטער צו קעניגן איבער מענטשן[10]
געבוירן
- א', א' תשרי – קין און הבל[11]
- חנוך בן קין, עירד, מחויאל, מתושאל, למך בן מתושאל און זיינע קינדער יבל, יובל און תובל קין זענען אלע געבוירן געווארן אין די יארן ק'–קצ"ט[12]
- ק"ל – שת, דער זון פון אדם הראשון
- רל"ה – אנוש, דער זון פון שת
- שכ"ה – קינן דער זון פון אנוש
- שצ"ה – מהללאל דער זון פון קינן
- ת"ס – ירד, דער זון פון מהללאל
- תרכ"ב – חנוך, דער זון פון ירד
- תרפ"ז, י' חשון[13] – מתושלח, דער זון פון חנוך
- תתע"ד – למך, דער זון פון מתושלח און פאטער פון נח
- תתקע"ד – נעמה, די פרוי פון נח און א טאכטער פון חנוך, לויט איין מקור[14]
נפטר געווארן
- א'[15], ט"ו ניסן[16] – הבל, אומגעברענגט דורך קין
- ק"ל – קין, גע'הרג'עט דורך למך בן מתושאל[17]
- תתק"ל – אדם הראשון
- תתקפ"ז – חנוך בן ירד
צו ליינען מער
- אברהם עקביא, סדרי זמנים לפי המסרת, תל אביב, תש"ג, עמ' 7–13, אויף אוצר החכמה
- רבי יחיאל היילפרין, סדר הדורות, ימות עולם, אלף הראשון
רעפערענצן
- ↑ סנהדרין צז,א, עבודה-זרה ט,א.
- ↑ תלמוד ירושלמי, מסכת שבת, פרק ב', הלכה ו': "אדם הראשון נרו של עולם היה".
- ↑ רמב"ן בראשית ב, ג. זעט אויך רבנו בחיי און ריקאנטי דארט, מדרש רבי דויד הנגיד, שמות, זז201-2.
- ↑ איבער דעם ספק, זעט: רבי אברהם ישעיהו קארעליץ, חזון איש, אורח חיים, סימן ק"מ, ס"ק ג'.
- ↑ לויט רבי יהושע איז עס געווען כ"ה אדר (תוספות, ראש השנה ח, א, ד"ה לתקופות); אדער כ' אדער כ"ז אדר (יסוד עולם, מאמר רביעי פרק י"ד); אדער א' ניסן (פירוש הרד"ל אויף פרקי דרבי אליעזר, פרק כ"א אות י"ח).
- ↑ ויקרא רבה, פרשה כ"ט, פסקה א'
- ↑ פרקי דרבי אליעזר, פרק ח'
- ↑ פענח רזא פרשת בראשית, געברענגט אין רבי יחיאל היילפרין, סדר הדורות, ימות עולם, רס"ו. דער רמב"ן, בראשית ב, יג איז מסופק, אז אנוש האט מעגליך נישט געדינט עבודה זרה ווילאנג אדם הראשון האט נאך געלעבט.
- ↑ משנה תורה לרמב"ם, הלכות עבודה זרה וחוקות הגויים, פרק א'
- ↑ ספר הישר, פרק ד'
- ↑ בראשית רבה, פרשה כ"ב, פסקה ב'. לויט אן אנדערע דעה איז הבל געבוירן שפעטער (תוספות, סנהדרין לח, ב, ד"ה וירדו), אין ט"ו תשרי (בראשית רבה, פרשה כ"ב, פסקה ד').
- ↑ רש"י, בראשית ד, כג
- ↑ רבי שלמה בן שם טוב גבאי, עבד שלמה, אויף בראשית ז, ד
- ↑ רבי יחיאל היילפרין, סדר הדורות, ימות עולם, תתקע"ד
- ↑ בראשית רבה, פרשה כ"ב, פסקה ד'; פרקי דרבי אליעזר, פרק כ"א. לויט אנדערע איז עס געווען א יאר שפעטער (חזקוני, בראשית ד, ג), אדער פערציג יאר שפעטער (מדרש תנחומא, פרשת בראשית, אות ט').
- ↑ פרקי דרבי אליעזר, פרק כ"א. לויט אנדערע איז עס געווען פריער אין יאר (בראשית רבה, פרשה כ"ב, פסקה ד').
- ↑ מדרש תנחומא, בראשית י"א; רש"י, בראשית ד, כג. לויט אן אנדערע שיטה איז ער געשטארבן ביים מבול, יאר א'תרנ"ו (בראשית רבה, פרשה כ"ב, פסקה י"ב; רמב"ן, בראשית ד, יז).