יארן ב'ת"ת - ב'תתצ"ט
יארן ב'ת"ת (2800) - ב'תתצ"ט (2899) האבן זיך אנגעהויבן, לויט דער כראנאלאגיע באזירט אויף סדר עולם רבה, 2986 יאר צוריק און האבן זיך געענדיגט 2887 יאר צוריק.
די יארן ווערן דא גערעכנט לויטן ציילונג באניצט אין סדר הדורות און אין אנדערע ספרים אויף אידישע כראנאלאגיע. זיי רעכענען אדם הראשון הראשון איז באשאפן געווארן ראש שנה שנת 0, און שנת א' האט זיך אנגעהויבן ווען ער איז געווען איין יאר אלט. די רעכענונג וואס איז היינט אנגענומען (אין וועלכע דער יעצטיגער יאר איז ה'תשפ"ו), נעמט אן אז אדם הראשון איז באשאפן געווארן ראש השנה שנת ב' לבריאת העולם, און שנת א' האט אנטהאלטן בלויז די ערשטע פינף טעג פון ששת ימי בראשית. לויט דער רעכענונג דארף מען צולייגן צוויי יאר צו די חשבונות[1].
געשעענישן
- אילון הזבולוני פירט די אידן, אין אנהויב פון דעם יארהונדערט
- עבדון בן הלל פירט די אידן ביז ב'תתי"ב, אנגעהויבן אין די לעצטע יארן פון די פירערשאפט פון אילון
- ב'תתי"ב-ב'תתל"א – שמשון הגיבור פירט די אידן
- ב'תתל"א – שמשון ווערט געפאנגען דורך די פלשתים, און ער ווארפט איין דעם בנין זיי אומצוברענגען צוזאמען מיט זיך
- ב'תתל"ב-ב'תתע"א – עלי הכהן פירט די אידן און דינט אלס כהן גדול אין שילה
- ב'תתע"א, י' אייר[2] – די פלשתים פאנגען דעם ארון הברית; עלי הכהן שטארבט הערנדיג די בשורה; חורבן משכן שילה.
- ב'תתע"ב – שמואל הנביא פירט די אידן; דער משכן גייט אריבער צו נוב עיר הכהנים.
- ב'תתפ"ב – שמואל קרוינט שאול המלך, דער ערשטער קעניג איבער אידן
- ב'תתפ"ד – שמואל זאלבט דוד המלך אלס קעניג; דוד זיגט קעגן גלית, האט חתונה מיט מיכל בת שאול, און אנטלויפט פון שאול. חורבן נוב עיר הכהנים.
- ב'תתפ"ד, אין אלול[3], אדער ב'תתפ"ה, אין כסלו[4] אדער אין טבת[5] – אידן פארלירן אין מלחמה קעגן די פלשתים, און שאול מיט זיינע קינדער קומען אום
- ב'תתפ"ה – דער משכן גייט אריבער צו גבעון
- ב'תתפ"ה – דוד קעניגט אין חברון איבער שבט יהודה
- ב'תתפ"ה[6] אדער ב'תת"צ[7] – איש בושת ווערט געקרוינט איבער די אנדערע שבטים, דורך אבנר בן נר
- ב'תתצ"ב – דוד קעניגט איבער אלע אידן; ירושלים ווערט איינגענומען פון די יבוסים.
געבוירן
נפטר געווארן
- די שופטים אילון הזבולוני, עבדון בן הלל
- ב'תתל"א – שמשון הגיבור
- ב'תתע"א, י' אייר[2] – עלי הכהן
- ב'תתפ"ד, כ"ח[8] אדער כ"ט אייר[2] – שמואל הנביא
- ב'תתפ"ד, אין אלול[3], אדער ב'תתפ"ה, אין כסלו[4] אדער אין טבת[5] – שאול המלך, יהונתן
- ב'תתפ"ז[6] אדער תתצ"א-תתצ"ב[7] – איש בושת, דער זון פון שאול, אומגעברענגט דורך צוויי פון זיינע באדינער
- ב'תתצ"א – אבנר בן נר, אומגעברענגט דורך יואב בן צרויה און זיין ברודער אבישי
פיל-יעריגער לוח
| ►► | ב'ת"ת - ב'תתצ"ט | ◄◄ |
ב'ת"ת |
ב'תת"א☼ |
ב'תת"ב |
ב'תת"ג |
ב'תת"ד |
ב'תת"ה |
ב'תת"ו |
ב'תת"ז |
ב'תת"ח |
ב'תת"ט | ||||||||||||||||||||||||||||||||||
ב'תת"י |
ב'תתי"א |
ב'תתי"ב |
ב'תתי"ג |
ב'תתי"ד |
ב'תתט"ו |
ב'תתט"ז |
ב'תתי"ז |
ב'תתי"ח |
ב'תתי"ט | ||||||||||||||||||||||||||||||||||
ב'תת"כ |
ב'תתכ"א |
ב'תתכ"ב |
ב'תתכ"ג |
ב'תתכ"ד |
ב'תתכ"ה |
ב'תתכ"ו |
ב'תתכ"ז |
ב'תתכ"ח |
ב'תתכ"ט☼ | ||||||||||||||||||||||||||||||||||
ב'תת"ל |
ב'תתל"א |
ב'תתל"ב |
ב'תתל"ג |
ב'תתל"ד |
ב'תתל"ה |
ב'תתל"ו |
ב'תתל"ז |
ב'תתל"ח |
ב'תתל"ט | ||||||||||||||||||||||||||||||||||
ב'תת"מ |
ב'תתמ"א |
ב'תתמ"ב |
ב'תתמ"ג |
ב'תתמ"ד |
ב'תתמ"ה |
ב'תתמ"ו |
ב'תתמ"ז |
ב'תתמ"ח |
ב'תתמ"ט | ||||||||||||||||||||||||||||||||||
ב'תת"נ |
ב'תתנ"א |
ב'תתנ"ב |
ב'תתנ"ג |
ב'תתנ"ד |
ב'תתנ"ה |
ב'תתנ"ו |
ב'תתנ"ז☼ |
ב'תתנ"ח |
ב'תתנ"ט | ||||||||||||||||||||||||||||||||||
ב'תת"ס |
ב'תתס"א |
ב'תתס"ב |
ב'תתס"ג |
ב'תתס"ד |
ב'תתס"ה |
ב'תתס"ו |
ב'תתס"ז |
ב'תתס"ח |
ב'תתס"ט | ||||||||||||||||||||||||||||||||||
ב'תת"ע |
ב'תתע"א |
ב'תתע"ב |
ב'תתע"ג |
ב'תתע"ד |
ב'תתע"ה |
ב'תתע"ו |
ב'תתע"ז |
ב'תתע"ח |
ב'תתע"ט | ||||||||||||||||||||||||||||||||||
ב'תת"פ |
ב'תתפ"א |
ב'תתפ"ב |
ב'תתפ"ג |
ב'תתפ"ד |
ב'תתפ"ה☼ |
ב'תתפ"ו |
ב'תתפ"ז |
ב'תתפ"ח |
ב'תתפ"ט | ||||||||||||||||||||||||||||||||||
ב'תת"צ |
ב'תתצ"א |
ב'תתצ"ב |
ב'תתצ"ג |
ב'תתצ"ד |
ב'תתצ"ה |
ב'תתצ"ו |
ב'תתצ"ז |
ב'תתצ"ח |
ב'תתצ"ט | ||||||||||||||||||||||||||||||||||
| א אידישער יאר, מיט שמיטות און קביעות (פון ד'קי"ט*). ° = עיבור יאר |
יוליאנישער יאר, פון 312 פצ"ר | ☼ = אנהייב מחזור פון 28 יארן פון ברכת החמה |
* א באשטימטע סדר צו רעכענען די קביעות פון די יארן איז איינגעפירט געווארן אין יאר ד'קי"ט דורך הלל נשיאה, פארדעם איז דער עיבור און ראשי חודשים באשטימט געווארן דורך בית דין.
צו ליינען מער
- אברהם עקביא, סדרי זמנים לפי המסרת, תל אביב, תש"ג (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
רעפערענצן
- ↑ זעט: אברהם עקביא, סדרי זמנים לפי המסרת, תל אביב, תש"ג, עמ' 4. פארהאן נאך צדדים אין דעם, זעט: רבי אברהם ישעיהו קארעליץ, חזון איש, אורח חיים, סימן ק"מ, ס"ק ג'.
- ↑ 2.0 2.1 2.2 מגילת תענית בתרא (א שפּעטערע צוגאב צום מגילת תענית), געדרוקט סוף מגילת תענית.
- ↑ 3.0 3.1 לויט מגילת תענית, אז שמואל איז נפטר געווארן אין אייר, און לויט סדר עולם, אז שאול איז נפטר געווארן פיר חדשים שפעטער.
- ↑ 4.0 4.1 רד"ק, שמואל א' כה, א.
- ↑ 5.0 5.1 תלמוד ירושלמי, מסכת ביכורים, פרק ב', הלכה א'.
- ↑ 6.0 6.1 לויט תוספות, סנהדרין כ, א.
- ↑ 7.0 7.1 לויט רש"י, סנהדרין כ, א.
- ↑ הלכות גדולות, הלכות ט' באב, מהדורת עזריאל הילדסהיימר, חלק א', מקיצי נרדמים, ירושלים, תשל"ב, עמ' 397; שולחן ערוך, אורח חיים, תקפ, סעיף ב.