איש בושת

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אִישׁ-בֹּשֶׁת
געבורט ב'תתמ"ו
נהרג ב'תתצ"ב (אלט: 46 בערך)
מחניים
מדינה ארץ ישראל
תארים מלך ישראל
מדינה ארץ ישראל
באגרעבעניש ארט חברון (בלויז זיין קאפ)
שאול דינאסטיע
פאטער שאול
מוטער אחינועם בת אחימעץ
2'טער מלך ישראל
ב'תתפ"וב'תתפ"ז
דוד

איש בושת מלך ישראל (אריגינעל אֶשְׁבַּעַל) איז געווען א זון פון שאול המלך, און האט געהערשט איבער דעם פאלק נאך זיין פאטער, אין דער צייט ווען דוד איז געווען קעניג איבער שבט יהודה. ער איז געקומען צו דער פאזיציע דורך די באמיאונגען פון אבנר בן נר. ער איז געווען א שוואכער מלך, אבער דער איינציגער יורש פון שאול, נאך וואס זיינע ברידער זענען אומגעקומען אין גלבוע. ווען ער האט זיך צעקריגט מיט אבנר איז זיין מלוכה אונטערגעגאנגען.

קעניגרייך

איש בושת איז נישט געווען שאול המלכ'ס עלטסטע זון, אבער נאך וואס דער קרוין פרינץ יהונתן איז גע'הרג'עט געווארן אינאיינעם מיט שאול, איז איש בושת געבליבן דער איינציגער יורש.

שאול המלך איז אומגעקומען מיט צוויי פון זיינע דריי זין דורכאויס א שלאכט קעגן די פלשתים אין גלבוע. שבט יהודה האט דאן געקרוינט דוד אלס קעניג איבער זיי אין חברון, אין דער צייט וואס אבנר בן נר, דער גענעראל פון שאול המלך, האט געקרוינט איש בושת איבער די איבריגע שבטים. איש בושת איז דאן געווען פערציג יאר אלט[1]. דער פסוק שילדערט די געגנטן וואו איש בושת האט געקעניגט שטאפלווייז: "אֶל הַגִּלְעָד וְאֶל הָאֲשׁוּרִי וְאֶל יזְרְעֶאל וְעַל אֶפְרַיִם וְעַל בִּנְיָמִן וְעַל ישְׂרָאֵל כֻּלֹּה"[2]. די מפרשים לערנען דערפון אז זיין קרוינונג איז טאקע צוגעגאנגען אזוי, ווען צוערשט האט ער געקעניגט בלויז איבער געוויסע געגנטן, און צוביסלעך האט ער אויסגעברייטערט זיין הערשאפט איבער גאנץ ארץ ישראל[2.1].

דוד האט לכתחילה נישט געזוכט זיך צו טשעפען מיט איש בושת, און יעדער האט זיך געקעניגט אויף זיין חלק, ביז אבנר בן נר האט אנגערייצט דוד'ס לייט צו א קריג[3]. ביי א באגעגעניש ביי א באסיין נעבן גבעון האט ער אנגעבאטן אז יונגען זאלן שטיפן א שלאכט, אבער דער שפיל האט זיך געענדיגט מיט א טויטליכער קריג[4]. פון דאן איז געווען א קריג צווישן דוד און איש בושת; יואב בן צרויה מיט זיינע ברידער זענען געשטאנען איז שפיץ פון דוד'ס לייט, און אבנר בן נר איז געשטאנען אין שפיץ פון איש בושת'ס לאגער. דוד'ס לייט זענען אלץ געווארן שטערקער און גרעסער, ווען איש בשת'ס לאגער ווערט אלץ שוואכער[5].

א צייט שפעטער האט איש בושת באשולדיגט אבנר אז ער האט געזינדיגט מיט שאול'ס קעפסווייב (פילגש) רצפה בת איה. אבנר איז געווארן באליידיגט דערפון, און ער איז אריבער צו דוד'ס לאגער. אבנר האט אויך ערלעדיגט צוריקצוברענגען צו דוד'ן זיין ווייב וועלכע איז צוגענומען געווארן פון אים, שאול'ס טאכטער מיכל. ער האט אויך אנגעהויבן ארומגיין ביי די שבטים זיי אריבערצוברענגען צו דוד'ס זייט, אבער יואב און אבישי האבן אים אומגעברענגט אלס נקמה אויף וואס ער האט פריער גע'הרג'עט זייערע ברידער עשאהל. מיט אבנר טויט איז איש בושת'ס שטאנד שטארק אפגעשוואכט געווארן, און בַעֲנָה מיט רֵכָב די זין פון רימון, צוויי ברידער וועלכע זענען געווען הויפטן אין די מיליטער, האבן ערמארדעט איש בושת און געברענגט זיין קאפ פאר דוד.

דוד איז געווען שטארק נישט צופרידן פון די צוויי מארדן. ער האט געלאזט טרויערן איבער אבנר בן נר און אויסגעדריקט אומצופרידנקייט פון יואב און אבישי. איש בושת'ס מערדער האט ער גע'הרג'עט און געהאנגען ביים באסיין נעבן חברון, און ער האט באגראבן זיין קאפ מיט אבנר אין חברון[6].

נאמען

דורכאויס ספר שמואל ווערט איש בושת אנגערופן "איש בושת". אין דברי הימים וואו עס ווערן אויסגערעכנט די קינדער פון שאול ווערט ער גערופן "אֶשְׁבָּעַל"[7] (דאס איז לויט רוב מפרשים; רבינו תם האלט אז אשבעל איז מפיבושת[8]).

די מפרשים זענען מסביר אז דער אריגינעלער נאמען איז געווען אשבעל, נאר די נביא האט געטוישט פון "בעל" צו "בושת" נאך וואס די אידן האבן אנגעהויבן דינען דעם בעל, כדי נישט צו דערמאנען עבודה זרה[9]. ענליך טרעפט מען ביי "ירובעל", דער צונאמען פון גדעון[10], וואס ווערט דערמאנט איז ספר שמואל אלס "ירובושת"[11]. אין דער באדייט פונעם נאמען זאגן טייל, אז בעל איז אין יענע צייטן געווען א כינוי פאר'ן אויבערשטן, און דער נאמען באדייט "יש-בעל", דהיינו "ס'איז דא א האַר"[12].

טייל מפרשים זאגן אויך אז איש בושת "ישְׁוִי" וועלכע ווערט דערמאנט צווישן שאול'ס קינדער אין ספר שמואל[13]. עס ווערט ערקלערט אז 'ישוי' איז פארקירצט פון 'יֵשְׁיָהוּ', און עס איז אויב אזוי סינאנים מיט "אשבעל"[14].

כראנאלאגיע

אין די פסוקים שטייט אז פון ווען שאול המלך איז אומגעברענגט געווארן ביז דוד המלך איז געקרוינט געווארן אין ירושלים, האט דוד געוויילט אין חברון פאר א משך פון זיבן יאר און זעקס חדשים[15]. ערגעץ ווען אין יענע צייט איז איש בושת געווען קעניג צוויי יאר[1]. מלכות ישראל איז אויב אזוי געווען בטל פאר פינף יאר אינצווישן[16].

די מפרשים דינגען זיך גענוי וואס דער סדר הדברים איז געווען. רש"י לערנט אז צוערשט זענען געווען פינף יאר אן קיין קעניג, דערנאך מלכות איש בשת פאר צוויי יאר (ב'תתצ"א-ב'תתצ"ב), און דערנאך איז געווען זעקס חדשים ביז דוד איז געווארן קעניג איבער גאנץ כלל ישראל[17]. תוספות לערנט אז אבנר האט גע'שתדל'ט א האלב יאר צו קרוינען איש בושת, צוויי יאר איז ער געווען קעניג (ב'תתפ"ו-ב'תתפ"ז), און דערנאך זענען געווען פינף ליידיגע יארן[18]. טייל מפרשים לערנען אז איש בושת האט געקעניגט די גאנצע זיבן יאר; די צוויי יאר וואס דער פסוק דערמאנט זענען ווען ס'איז נאך געווען שלום, און די לעצטע פינף יאר איז געווען א מלחמה[3].

ביבליאגראפיע

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 שמואל ב' ב, א–י
  2. שמואל ב' ב, ט.
    1. מצודות דארט
  3. 3.0 3.1 רלב"ג און מלבי"ם אויף שמואל ב' ב, י.
  4. שמואל ב' ב, יא–לב.
  5. שמואל ב' ג, א.
  6. שמואל ב' ג, ז–לט.
  7. דברי הימים א' ח, לג
  8. תוספות, יבמות עט, א, ד"ה ארמוני ומפיבושת.
  9. פארגלייך: וַיִּנָּזְרוּ לַבֹּשֶׁת (הושע ט, י); מִזְבְּחוֹת לַבֹּשֶׁת מִזְבְּחוֹת לְקַטֵּר לַבָּעַל (ירמיה יא, יג)
  10. שופטים ו, לב.
  11. שמואל ב' יא, כא.
  12. קיל זייט שכו
  13. שמואל א' יד, מט; מצודות דארט און אין דברי הימים א' ח, לג
  14. ליונשטאם
  15. שמואל ב' ה, ה.
  16. סנהדרין קז, א; סדר עולם פרק י"ג
  17. רש"י, סנהדרין כ, א, ד"ה ששהה מלכות בית דוד.
  18. דאטומען לויט אברהם אריה ליב עקביא, סדרי זמנים לפי המסרת, תל אביב, תש"ג, זייט 118 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע), פארראכטן לויט די אנווייזונגען דארט זייט 3.