רוי:מצודות

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

ר' דוד ב"ר אריה ליב אלטשול (אַלטשולער) אַן אייניקל פון ר' פּתחיה, רב אין פּראג, און אַן אייניקל פון ר’ יצחק חיות, מחבר פון "אפּי רברבי", רב אין לעמבערג, קראקע, פּראג, האט אנגעהויבן דעם פּירוש אויף נביאים און כתובים. זיין זון ר’ יחיאל מיכל האט עס געענדיגט, רעדאקטירט און איינגעשטעלט אין צוויי באזונדערע פּירושים. "מצודת ציון" פארטייטשט די ווערטער. "מצודת דוד" ערקלערט דעם פּשט. ר' יחיאל האט געלעבט אין מיטן פון דעם אכטצנטן יאר־הונדערט, און ער איז געווען רב אין יאוואראוו, גאליציע. טיילן פון דעם פּירוש האבן זיך שוין געדרוקט אין דעם יאר 1753. ר' יחיאל איז אויך דער מחבר פון דעם ספר "בנין הבית".