המלאך הגואל

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
די ווערטער פונעם פסוק

"הַמַּלְאָךְ הַגֹּאֵל אֹתִי מִכָּל רָע יְבָרֵךְ אֶת הַנְּעָרִים וְיִקָּרֵא בָהֶם שְׁמִי וְשֵׁם אֲבֹתַי אַבְרָהָם וְיִצְחָק וְיִדְגּוּ לָרֹב בְּקֶרֶב הָאָרֶץ".

בראשית מח, טז

המלאך הגואל איז א פסוק וואס שטייט אין צענטער פון די ברכות וואס יעקב אבינו האט אנגעוואונטשן פאר מנשה און אפרים, און ווערט אסאך באנוצט אין תפילות, מנהגים, און סגולות.

די ברכה און איר באדייט

וַיִּשְׁלַח יִשְׂרָאֵל אֶת-יְמִינוֹ וַיָּשֶׁת עַל-רֹאשׁ אֶפְרַיִם, וְהוּא הַצָּעִיר, וְאֶת-שְׂמֹאלוֹ, עַל-רֹאשׁ מְנַשֶּׁה
א מאלעריי פון יאן וויקטארס

המלאך הגואל איז דער צווייטער פסוק אין די ברכה וואס יעקב האט געוואונטשן פאר מנשה און אפרים:

הָאֱלֹקִים אֲשֶׁר הִתְהַלְּכוּ אֲבֹתַי לְפָנָיו אַבְרָהָם וְיִצְחָק, הָאֱלֹקִים הָרֹעֶה אֹתִי מֵעוֹדִי עַד הַיּוֹם הַזֶּה, הַמַּלְאָךְ הַגֹּאֵל אֹתִי מִכָּל רָע יְבָרֵךְ אֶת הַנְּעָרִים; וְיִקָּרֵא בָהֶם שְׁמִי וְשֵׁם אֲבֹתַי אַבְרָהָם וְיִצְחָק, וְיִדְגּוּ לָרֹב בְּקֶרֶב הָאָרֶץ.

רש"י זאגט אז דער מלאך וואס יעקב דערמאנט איז דער וואס איז געווען געוואוינט געשיקט צו ווערן צו אים ביי זיינע צרות. אין מדרש ווערט געברענגט אז דאס איז א מלאך וואס איז ממונה צו היטן די אבות און די אידן אין אלע דורות[1], און די ראשונים זאגן אז דאס איז נעמליך דער מלאך מיכאל[2], אדער מלאך מטטרון[3]. טייל לייגן צו אז אויך די ווערטער "האלוקים הרועה אותי מעודי עד היום הזה" באציען זיך צום מלאך[4].

די מפרשים זענען דן וויאזוי יעקב האט געקענט דאווענען, לכאורה, צו א מלאך. דער ספורנו שרייבט אז מיט די ווערטער האט יעקב געבעטן אז טאמער מנשה און אפרים זענען נישט ראוי געבענטשט צו ווערן דירעקט פון באשעפער אליין, זאל ער כאטש הייסן דער מלאך דאס טון. רבי שלמה אשתרוק איז מסביר באריכות די מהות פון א מלאך און זיין ראלע, און ערקלערט אז יעקב האט נישט געבעטן דעם מלאך צו וואונטשן, נאר אז די השפעה וואס ער באקומט פון גאט דורך די מלאך זאל גיין צו די קינדער[5]. אין תשובות הגאונים שטייט אז מען קען אייגנטליך יא בעטן טובות פון מלאכים, ווייל עס זענען דא זאכן וואס קענען טון אליין[6]. לויט איין טייטש איז די כוונה אז ביידע, דער באשעפער ("האלקים הרועה אותי") און דער מלאך זאלן צוזאמען בענטשן, און עס שטייט בלשון יחיד ווייל דער מלאך בענטשט נאר מדעת קונו[7].

ווידעראום אנדערע טייטשן אז די ווערטער "יברך את הנערים" באציט זיך צום באשעפער, דער שיקער פון דעם מלאך[8]. אדער אז די ווערטער "המלאך הגואל" רעפערירן צום באשעפער אליין[9] אדער צו זיין ווארט[10].

יעקב אבינו האט געניצט דאס ווארט "וידגו" זיי צו וואונטשן אז זאל זיך מערן, און נישט אנדערע ווערטער ווי "ויפרו" אדער "וירבו", צו מרמז זיין אז ווי די פיש זאל אויף זיי נישט הערשן קיין עין הרע[11].

קריאת התורה

די עליה אין וועלכע מען ליינט דעם פסוק ווערט אויסגערעכנט צווישן די "פרשיות הנדרים"[12], צוליב וואס אידן שנדר'ן גרויס געלט דערפאר[13][14].

אין ווארמייזע איז געווען דער מנהג אין שבת פרשת ויחי צו געבן די עליה פאר דער חשוב'סטער לוי אין בית המדרש, און דער בעל קורא האט געליינט דעם פסוק, מיט אן העכערע שטימע[15].

אין די נאכט פון שמחת תורה פירן זיך טייל צו ליינען די פרשה פון דעם פסוק, צווישן די אנדערע פרשיות הנדרים[12][14]. אינדערפרי, ביי די עליה פון כל הנערים, פירט מען זיך פארצוזאגן פאר די קינדער דעם פסוק[16].

סגולות

דער פסוק ווערט געזאגט אין פארשידענע געלעגנהייטן, צוליב די סגולות וואס ווערן צוגעשריבן צו דעם פסוק אין די מקורות. צווישן זיי:

  • פארטרייבן עין הרע: דער פסוק איז אנגענומען אלס לחש קעגן עין הרע, בפרט פאר קינדער, ווייל די קינדער ווערן דערין געבענטשט און זיי ווערן צוגעגליכן צו די פיש וואס אין זיי הערשט נישט קיין שלעכט אויג. דאס ווערט אויך אנגעגעבן אלס טעם פארוואס מען זאגט דעם פסוק נאך די עליה פון כל הנערים, צו באשיצן קעגן עין הרע אויף אלע פארזאמלטע קינדער[17].
ווען עס קומט פאר א ברית פון צווילינג אדער צוויי אנדערע קינדער אויפאמאל, איז א מנהג צו זאגן דעם פסוק צווישן איין מילה און אנדערן[18]. אויך דא ווערט אנגעגעבן דער טעם צו באשיצן קעגן עין הרע[19].
  • שמירה פאר א ניי-געבוירן קינד: אין וואכנאכט פירט מען זיך צוזאמצונעמען יונגווארג נאנט צום בעיבי, און נאכן ליינען נעבן אים די ערשטע פרשה פון קריאת שמע זאגט מען אויך דער פסוק, אלס שמירה אויפן קינד דורכאויס די נאכט[20].
  • שמירה ביינאכט: אסאך פירן זיך צו זאגן דעם פסוק אינעם סדר פון קריאת שמע שעל המיטה, א מנהג וואס שטאמט פון די ראשונים[21]. דער מטה משה, באזירט אויפן זוהר[22], ערקלערט אז דערמיט בעט מען אז דער מלאך וועלכער באגלייט שטענדיג דעם מענטש זאל אים היטן אויך ביינאכט פון די ארומנעמנדע מזיקים[23].
דער פסוק ווערט אויך דערמאנט אין שבט מוסר צו זאגן מיט קליינע קינדער ביי זייער קריאת שמע שעל המיטה[24]. לויט איין טעם וואס ווערט אנגעגעבן האט עס א באזונדערע באדייט ביי די קינדער, אויסצודרוקן האפענונג אז די קינדער וועלן פארזעצן די וועגן פון די אבות[25].
  • שמירה אויפן וועג: דער פסוק ווערט געזאגט, איין אדער עטליכע מאל, אין פארשידענע נוסחאות פון תפילת הדרך[26].
  • ויתן לך: אין סדר פון ויתן לך וואס ווערט געזאגט יעדן מוצאי שבת, זאגט מען אויך דעם פסוק צווישן אנדערע פסוקים פון ברכה און הצלחה[27].
  • זרע של קיימא: באקומען די עליה פון כל הנערים, ווען מען זאגט פאר דער פסוק פאר די קינדער, ווערט דערמאנט אלס סגולה אויף קינדער[28].
  • אין צארישן רוסלאנד איז עס געווען אנגענומען אלס סגולה באפרייט צו ווערן פון מיליטער דינסט, און די גערופענע צום פריזיוו פלעגן קאנקורירן צו קויפן דעם "נדר" פון המלאך הגואל אין די נאכט פון שמחת תורה[29].

לידער

אויף די ווערטער פונעם פסוק, זענען פארפאסט געווארן עטליכע לידער און מוזיקאלישע קאמפאזיציעס, טייל פון זיי גאר פאפולער:

  • קאמפאזיציע פון עיבי ראטנבערג. די מערסט באקאנטע ניגון אויף די ווערטער; וואס איז דורכאויס די יארן געווארן אויפגעשפילט דורך פילע זינגערס[30] און פארוואנדלט געווארן אין א פאלקס-ליד.
  • קאמפאזיציע פון פינקי וועבער, געזינגען דורך שרולי גינסבערג אויף זיין אלבום "אז יבקע"[31].
  • קאמפאזיציע פון משה גאלדמאן, אויפגעשפילט אויף "מתיקות 1" דורך "לחיים"[32][31.1].
  • קאמפאזיציע פון ישראל באראכאוו[33].
  • א קאמפאזיציע פון די תש"נ יארן, געזינגען דורך דעם ילד הפלא עמית ליסטוואנד[34][31.2].
  • קאמפאזיציע פון יוסי גרין[35].
  • קאמפאזיציע פון הערשל ראטענבערג, געזינגען דורך לוי פאלקאוויטש אויף זיין אלבום "טוב לי"[36].
  • א קאמפאזיציע פארפאסט דורך שימעל'ה מלכה (קעניג) אויף שבת פרשת ויחי ה'תשפ"א[37].


דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  1. שמות רבה, פרשה לב אות ט
  2. רבי מנחם בן שלמה, שכל טוב בראשית, ברלין, תר"ס, זייט 309 (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן); אבן עזרא אויף שמות כג, כ; רד"ק, הושע יב, ה.
  3. פירוש הגדה של פסח להריטב"א, ד"ה ויוציאנו ה'. זעט אויך עשרה מאמרות, מאמר אם כל חי סימן כ"ט, אז דאס איז אכתריאל.
  4. אבן עזרא, פירוש הקצר אויף שמות ג, ז.
  5. רבי שלמה אשתרוק, מדרשי התורה, ברלין, תרנ"ט, זייט 84 (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע).
  6. אברהם אליהו הרכבי (רעדאקטאר), זכרון לראשונים וגם לאחרונים א - תשובות הגאונים, בערלין, תרמ"ז, זייט 188 (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן).
  7. העמק דבר, בראשית מח, טו
  8. רבי אברהם בן הרמב"ם, רבי שמואל בן חפני גאון, אברבנאל, חזקוני און רד"ק אויף בראשית מח, טו; מלמד התלמידים, פרשת יתרו.
  9. ספר הזוהר, חלק א, דף ר"ל, עמוד א': ”המלאך הגואל אותי דא שכינתא”; רמב"ן, בראשית מח, טו; משכיל לדוד אויף רש"י, בראשית מח, טו, ד"ה המלאך הגאל אותי.
  10. אור החיים, בראשית מח, טו
  11. ברכות כ, א; תוספות השלם ה, ירושלים, תשמ"ו, זייט כו.
  12. 12.0 12.1 ביכורי יעקב, סימן תרס"ט, ס"ק י"ג.
  13. ספר נהג כצאן יוסף, פרשת ויחי; מנהגי פיורדא, פרשת ויחי.
  14. 14.0 14.1 זעט: ספר שערי אפרים, שער ח, סעיף נז און אין די נו"כ אויפן פלאץ.
  15. יוזפא שמש, מנהגים דק"ק וורמיישא, סדר הפרשיות, ויחי.
  16. רמ"א, אורח חיים, סימן תרס"ט, סעיף א'. דער לשון אין רמ"א איז אז מען ליינט דאס פאר די קינדער, אבער דער לבוש אויפן פלאץ ערקלערט אז מען זאגט עס זיי פאר פון אויסנווייניג.
  17. ליקוטי מהרי"ח ג, סדר שחרית לשמחת תורה.
  18. רבי מרדכי הלוי, דרכי נעם, געברענגט אין פתחי תשובה, יורה דעה, סימן רס"ה, סעיף קטן י'
  19. רבי חיים אלעזר שפירא, אות חיים ושלום, יורה דעה דארט, ס"ק ט"ו
  20. ברית אבות, קונטרס ליל שימורים אות י"ג
  21. רבי אלעזר רוקח, ספר הרוקח, הלכות ברכות, סימן שמ"ה; ספר הנייר, סימן כ"ז; תשב"ץ קטן, סימן ר"ס.
  22. ספר הזוהר, פרשת ויחי, דף ר"ל, עמוד א'
  23. מטה משה, סימן שצ"ד
  24. שבט מוסר פרק ל”א.
  25. רבי חנוך ערנטרוי, קמץ המנחה, פרשת ויחי, זייט סה (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
  26. ילקוט ראובני, פרשת ויחי
  27. סדר פון ויתן לך
  28. קונטרס ותפקדנו - תשרי, בשם רבי יצחק זילבערשטיין.
  29. רבי שלמה יוסף זעווין, המועדים בהלכה א, שמחת תורה, עמוד קעג (ירושלים תש"ע).
  30. דורך YouTube full-color icon (2017).svg דורך עיבי אויף יוטיוב; YouTube full-color icon (2017).svg 'דבקות' כאר אויף יוטיוב; דורך YouTube full-color icon (2017).svg גלעד פוטולסקי מיט 'שלהבת' ארקעסטער אויף יוטיוב.
  31. YouTube full-color icon (2017).svg המלאך מעדלי, דורך זאנוויל ויינברגר, מלכות, מענדי הערשקאוויטש אויף יוטיוב
    1. דארט 2:30
    2. דארט 6:30
  32. ליסטע פון אלע ניגוני הרה"ח ר' משה גאלדמאן ז"ל אויף אייוועלט
  33. YouTube full-color icon (2017).svg המלאך הגואל, דורך באריו כאקשור אויף יוטיוב.
  34. לינק צום ניגון.
  35. YouTube full-color icon (2017).svg המלאך הגואל, דורך 'קינדערלעך' כאר אויף יוטיוב.
  36. YouTube full-color icon (2017).svg המלאך, דורך לוי פאלקאוויטש אויף יוטיוב.
  37. ליד אויף המחדש וועבזייטל.