רוי:מעריב
מעריב (לשון הקודש: תפילת ערבית) איז די תפילה וואס אידן דאווענען ביי דער נאכט.
די תפילה האט דער ערשטער געדאווענט יעקב אבינו אויפן וועג ווען ער איז אנטלאפן פון עשו קיין פדן ארם, אינעם ארט בית אל, אזוי ווי דער פסוק זאגט אין פרשת ויצא, "וַיִפגַע בַּמָקוׁם", דרשענען חז"ל אז יעקב אבינו האט געדאווענט מעריב.
חז"ל זאגן אז די תפילות זענען קעגן די קרבנות וואס מען האט מקריב געווען אין בית המקדש, ווייל אין די תפילות ווערן דערמאנט די קרבנות וואס מען האט מקריב געווען יעדן טאג, און די פסוק זאגט וּנְשַלמָה פָרִים שְׂפָתֵינוּ, דאס מיינט מיר וועלן מקריב זיין שטירן מיט אונזערע לעפצין, און תפילות ערבית איז קעגן די געדערים אין פעטנס (חלבים און אימורים) פון די קרבנות וואס האט געברענט א גאנצע נאכט, ווייל קיין שום קרבן האט מען נישט געטארט מקריב זיין ביינאכט.
אויך זאגן חז"ל אז אט די תפילה איז א רשות, דאס מיינט אז נאר אויב מ'וויל קען מען דאס דאווענען, אנדערש ווי די תפילות שחרית און מנחה וואס איז א חובה.
אבער אין שלחן ערוך שטייט אז כלל ישראל האבן זיך עס מקבל געווען ווי א חובה, דעריבער מוז מען עס דאווענען.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!