רוי:קידוש

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
קידוש (צייכונג)

קידוש איז דער אידישער איינלייטונג פונעם שבת אדער יום טוב, וואס אן דעם קען מען נישט עסן אדער טרונקען.

טראצדעם וואס מ'זאגט א חלק פונעם קידוש, ביים דאווענען, האט מען מתקן געווען עס צו זאגן אין שטוב איידער מ'וואשט זיך צו די סעודה.

קידוש מאכט מען לכתחילה אויף וויין, אדער טרויבן-זאפט. אויב האט מען נישט קיין וויין צו דער האנט, קען מען מאכן דעם קידוש אויף די חלה.

פרייטאג צו נאכטס

צייט פון קידוש

אין מחבר שטייט מ'זאל מאכן קידוש וואס פריער צום כניסת השבת אוון נישט ווארטן ס'זאל ווערן נאכט ווייל ס'דארף זיין וואס פריער צו כניסת השבת ווי חז"ל דרשנ'ען.

דער מג"א לייגט צו נאך א טעם אז מ'זאל מאכן קידוש וואס פריער, אז ס'זאל זיין אין א שעה וואס איז שולט מזל צדק און נישט מאדים. (מג"א סימן רע"א סק"א בשם ספר תיקוני שבת און תשובות מהרי"ל[1])

פון פשטות מחבר ומג"א איז משמע אז אויב מ'האט פארפאסט צו מאכן קידוש פאר 6 זאל מען מאכן צווישן 6 און 7 ווייל די אנדערע טעם וואס שטייט אין מחבר איז קאי וקיימא.

דער באר היטב דערמאנט אז מען זאל ווארטן אויף נאך 7: לכן יקדש בצדק או ימתין עד שיעבור ממשלת מאדים ויקדש. כנראה האט ער צוגעלייגט שיטת המג"א אז מ'מעג יא ווארטן צו מאכן קידוש משחשיכה ווייל מ'האט שוין קידוש געמאכט אין שול מדאורייתא. לפי"ז איז טאקע בעסער צו ווארטן אויף 7.

דער לשון שלחן ערוך הרב: יש נזהרים שלא לקדש בשעה ראשונה של הלילה (דהיינו שעה שביעית אחר חצות היום) אלא או קודם הלילה או לאחר שעה תוך הלילה לפי שבשעה הראשונה הוא מזל מאדים וסמא"ל מושל עליו וכבר נתבאר שלכתחלה יש לו לקדש מיד בבואו מבית הכנסת מבעוד יום. ער זאגט שוין קלארער אז מ'קען ווארטן אויף 7 אבער לכתחילה איז בעסער מבעוד יום, פארן צאת.

אנדערע האבן נישט מקפיד געווען. מרן האדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א (שיכון) זאגט, אז די קפידה אין וויזניץ איז בלויז געווען אויף די רבי'ס, דער עולם האט נישט מקפיד געווען דערויף. היינטיגע טעג איז דער המון-עם יא מקפיד דערויף.[2]

מאנכע פירן זיך צו זאגן אין פאל מען מאכט קידוש צווישן זעקס און זיבן אזייגער "אב הרחמים הוא ירחם עם עמוסים ויזכור ברית איתנים 'ויציל נפשותינו מן השעות הרעות' ויגער ביצר הרע מן הנשואים ויחון אותנו לפליטת עולמים וימלא משאלותינו במדה טובה ישועה ורחמים", (ליקוטי מהרי"ח בשם הרה"ק ר' שמעון מיעריסלאב זי"ע), טייל פירן זיך עמטליך צו פארלאזן אויף דעם נוסח יעדע וואך, אנדערע נאר ווען זיי האבן א גאסט און איילן זיך צו לכבודו. אין טאהש זאגט מען דאס יעדע וואך בעפאר קידוש. פאפא רב זי"ע פלעגט אזוי טון ווען עשרה בטבת איז געפאלן אויף פרייטאג.[3]

ווען מען האט אורחים עניים דארף מען נישט מקפיד זיין (ליקוטי מהרי"ח).

פאראן וואס אין ארץ-ישראל איז מען נישט מקפיד דערויף, די זעלבע סיבה פארוואס ניטל איז מען נישט מקפיד אין ארץ-ישראל (געוויסע מקומות), ווייל דארט זענען נישט שולט קיין דינים.

וויזניצ'ער רבי (מאנסי) זצ"ל פלעגט נישט מאכן הבדלה פאר 7. דאס שטאמט פון אן אלטער וויזשניצער מנהג און דער טעם איז על פי סוד. זיין זיידע - דער צמח צדיק - פלעגט נישט דאווענען מעריב פאר זיבן, אבער דער וויזשניצער רבי וויל נישט גיין אזוי ווייט משום טירחא דציבורא, ממילא מאכט ער נאר נישט הבדלה פאר זיבן.

דער זייגער איז גערוקט אין רוב פלעצער מיט עטליכע מינוט, און מען דארף מקפיד זיין פון עטליכע מינוט פאר אדער נאך זעקס ביז עטליכע מינוט פאר אדער נאך זיבן. דער מזל מאדים האט נישט קיין זייגער וואס ארבעט אויף בעטערי, און ער שטעלט זיך נישט צו צי קיין טיים זאונס, און ער קערט גאר ווינציג אז די היינטיגע וועלט האט זיך צאמגענומען און געמאכט 24 טיים זאונס און בערך יעדע טויזענט מייל איז גערוקט מיט א שעה, אזוי אז ווען מיר קאמיוניקירן איינער מיטן צווייטן זענען מיר אויפן זעלבן מינוט נאר גערוקט מיט שעות.

קומט אויס אז נאר די וואס וואוינען פונקטליך ביי יעדע טויזענט מייל זיי זענען אויפן ריכטיגן זייגער, אלע אינצווישן גראדן נאר אויס דעם זייגער למען יישוב העולם, די וואס וואוינען ביז 500 מייל צו מערב פונעם ליין (יעדע גלאוב האט 24 ליינס וואס לויפן פונעם צפון שפיץ אונעם ארקטיק ביזן דרום שפיץ אין אנטארטיקע) זענען באמת אפגעריקט א האלבע שעה אויף צוריק, דעס מיינט ווען דער זייגער איז זיבן איז נאך באמת 6:30 און די זעלבע פארקערט די וואס וואוינען 500 מייל אויף מזרח איז שוין באמת 7:30

אזוי ווי די ניו יארקער זייגער איז גערוקט פאראויס מיט 4 מינוט, כדי עס זאל נישט זיין קיין טיים-ליינס פון מינוטן נאר פון שעות, איז די פונקטליכע צייט פון מזל מאדים פון 5:56 ביז 6:56 (אין א"י פון 5:40 ביז 6:40).

זע אויך

רעפערענצן

  1. "כתוב בתקוני שבת שיקדש קודם לילה, כי בתתילת ליל שבת הוא מזל מאדים, ובסוף יום ו' הוא מזל צדק, לכן יקדש בצדק, וכ"כ בתשובות מהרי"ל סימן קס"ג."
  2. קידוש ליל שב"ק צווישן 6 און 7 אזייגער אויף אייוועלט
  3. שבת 1# - זמן הסעודה אויף אייוועלט

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!