רוי:קבר יוסף

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
"קבר יוסף", געמעל פון דעיוויד ראבערטס, 1839

קבר יוסף (אראביש: قبر يوسف‎, טראנסקריפציע: קיבער יוּסף) איז א געביידע אינעם דרום-מזרח עק פון שכם וואס אינמיטן איז א קבורה שטוב.

אין די שריפטן פון רייזנדער שוין פון אוראלטע צייטן איז דער ארט באקאנט ווי דער קבר פון יוסף הצדיק, זון פון יעקב אבינו.

ביי אידן ווערט דער ארט גערעכנט איינער פון די קברי צדיקים.

היסטאריאגראפיע

אין תנ"ך

דער פסוק אין חומש ברענגט אז יוסף'ס קבר שטייט אין דעם פעלד וואס יעקב אבינו האט געקויפט פון די קינדער פון חמור, פאטער פון שכם, ווען יעקב איז צוריקגעקומען קיין ארץ כנען פון פדן ארם. דער ארט איז איינער פון דריי ערטער וואס שטייען בפירוש אין בתנ"ך בפירוש אז מען האט זיי געקויפט מיט געלט (די אנדערע צוויי זענען מערת המכפלה אין חברון וואס אברהם האט אפגעקויפט פון עפרון החיתי, און הר המוריה וואס דוד המלך האט געקויפט פון ארַוונה היבוסי).

"וַיָּבוֹא יַעֲקֹב שָׁלֵם עִיר שְׁכֶם, אֲשֶׁר בְּאֶרֶץ כְּנַעַן, בְּבֹואוֹ מִפַּדַּן אֲרָם, וַיַּחֲנֶה לִפְנֵי הָעִיר. וַיִּקְנֶה אֶת חֶלְקַת הַשָּׂדֶה, אֲשֶׁר הֵקִים שָׁם אָהֳלוֹ, מִיַּד בְּנֵי-חֲמוֹר, אֲבִי שְׁכֶם, בְּמֵאָה קְשִׂיטָה"[1].

יוסף איז נפטר געווארן אין מצרים, אבער פאר זיין טויט האט ער באפוילן ארויפברענגען זיינער ביינער אין ארץ ישראל:

"וַיֹּאמֶר יוֹסֵף אֶל אֶחָיו: אָנֹכִי מֵת, וֵאלֹקִים פָּקֹד יִפְקֹד אֶתְכֶם, וְהֶעֱלָה אֶתְכֶם מִן הָאָרֶץ הַזֹּאת, אֶל הָאָרֶץ אֲשֶׁר נִשְׁבַּע לְאַבְרָהָם, לְיִצְחָק וּלְיַעֲקֹב. וַיַּשְׁבַּע יוֹסֵף אֶת בְּנֵי-יִשְׂרָאֵל לֵאמֹר: פָּקֹד יִפְקֹד אֱלֹקִים אֶתְכֶם, וְהַעֲלִתֶם אֶת עַצְמֹתַי מִזֶּה "[2].

און טאקע ווען די אידן זענען ארויס פון מצרים, האבן זיי מיטגענומען די ביינער פון יוסף:

"וַיִּקַּח מֹשֶׁה אֶת עַצְמוֹת יוֹסֵף, עִמּוֹ: כִּי הַשְׁבֵּעַ הִשְׁבִּיעַ אֶת בְּנֵי-יִשְׂרָאֵל לֵאמֹר: פָּקֹד יִפְקֹד אֱלֹקִים אֶתְכֶם, וְהַעֲלִיתֶם אֶת עַצְמֹתַי מִזֶּה אִתְּכֶם"[3].

נאכדעם וואס די בני ישראל האבן איינגענומען ארץ כנען אונטער יהושע בן נון האבן זיין באערדיגט יוסף'ס ביינער אינעם חלקה וואס יעקב האט געקויפט:

"וְאֶת עַצְמוֹת יוֹסֵף אֲשֶׁר הֶעֱלוּ בְנֵי-יִשְׂרָאֵל מִמִּצְרַיִם, קָבְרוּ בִשְׁכֶם, בְּחֶלְקַת הַשָּׂדֶה אֲשֶׁר קָנָה יַעֲקֹב מֵאֵת בְּנֵי-חֲמוֹר, אֲבִי-שְׁכֶם, בְּמֵאָה קְשִׂיטָה"[4].

מאדערנע צייטן

ארט פון קבר יוסף, 19טן יארהונדערט

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!