רוי:מקוה

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:מקווה)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
א מקוה אין טירת צבי
אידן און אידישקייט
מנורה
עיקרי האמונה
אמונה · שלושה עשר עיקרים
עשרת הדיברות · תורה · מצוות · משיח
הייליגע ספרים
תנ"ך · תורה
משנה · גמרא
זוהר · מדרש
שולחן ערוך
אידישע שטרעמונגען
אידן · חרדים · חסידים · ארטאדאקסן
הויפט פערזענליכקייטן
אבות ואמהות · משה · דוד
נביאים · עזרא הסופר · הלל · תנאים · ריב"ז
ר' עקיבא · אמוראים · סבוראים · גאונים
ראשונים · רמב"ם · רבי יוסף קארו · אחרונים
עבודת ה' און ימים טובים
שחרית · מוסף · מנחה · ערבית
שמע ישראל · שמונה עשרה · קריאת התורה
קידוש · תפילות און ברכות
ראש השנה · יום כיפור · סוכות
פסח · שבועות · תשעה באב
אידיש קהילה לעבן
אויפגאבעס:
רב · דיין · חזן
גבאי · מוהל
שוחט · חברה קדישא
מוסדות:
שול · מקווה
חדר · ישיבה
כולל · בית מדרש
מקומות הקדושים
דער משכן · בית המקדש · הר הבית
כותל המערבי · מערת המכפלה
קבר רחל · קבר יוסף · קברי צדיקים
ירושלים · חברון · טבריה · צפת
מצוות און מנהגים
הלכה · תרי"ג מצוות · בית דין · תפילה
לימוד תורה · צדקה · גמילות חסדים
שמע ישראל · ברית מילה
פדיון הבן · בר מצווה · נישואין
טהרת המשפחה · לוויה · קבורה
שבעה · קדיש · חברה קדישא
אויסגעשלאסענע שטרעמונגען
שומרונים · קראים · מינים
קאנסערוואטיווער · רעפארמער
זעט אויך
גיור · אנטיסעמיטיזם

א מקווה איז א פארזאמלונג פון וואסער וואו מען קען זיך טובל'ן.

געבוי פון א מקווה

מען קען זיך טובל'ן סיי אין א מקוה, א זאמלונג פון רעגנוואסער (מי גשמים), סיי אין א מעין, א קוואל. פראקטיש רופט מען ביידע היינט א מקוה.

אין א מי גשמים מקוה טוישט זיך נישט דאס וואסער, דעריבער שאפט דאס א פראבלעם ווי אזוי צי האלטן די מקוה ריין. כדי צו לייזן דעם פראבלעם מיט צוויי אדער מער "בורות". דאס רעגנוואסער ווערט געזאמלט אין א גרויסער ציסטערנע געגראבן אין דער ערד; דאס איז דער ערשטער בור. אבער מען טובל'ט נישט אין דעם בור נאר אין א צווייטן בור, וואס איז געמאכט ווי א גרויסער באד אדער א קליינער שווימבאד. די צוויי בורות זענען באהאפטן דורך "השקה", דאס איז א גרויסער לאך וואס באהעפט די בורות. אנדערע מאכן נישט השקה נאר זריעה, לויטן חזון איש. דעם בור טבילה פילט מען אן מיט נארמאלן וואסער און מען קען אים הייצן צו א באקוועמען טעמפעראטור.

און ס'איז דא וואס מאכן דערנעבן א "בור אצל בור" און דאס אליינס צוטיילט מען אין צוויי, וואס ווערט גערופן "בור על גבי בור".

באזונדער איז דא א העכערער בור וואס ווערט גערופן "אוצר", וואו מ'האלט דאס רעגנוואסער. און דאס איז אין פאל פון נויט, אויב עס גייט נישט קיין רעגן א שטיק צייט.

טובל'ען

  • ביי אלע טובל'ט זיך א פרוי (היינט צו טאג, נאר נאך דער חתונה) מיט א ברכה; מיט דעם ווערט זי ריין צו איר מאן נאך דער טומאת נדה אדער ווען זי איז געווען א יולדת.
  • אויך איינער וואס איז זיך מגייר דארף זיך טובל'ן אין א מקוה.
  • כלים (געשיר, בעשטעק, טעפ) וואס א גוי האט געמאכט אדער וואס מען קויפט פון א גוי, טובל'ט מען מיט א ברכה איידער מען ניצט זיי מיט עסן.
  • ביי ספרדים און חסידים גייען די מענער אויך אין א מקוה יעדן טאג, אדער מדין טבילת עזרא.

ערב יום טוב

עס ווערט געברענגט אז מ'זאל זיך טובל'ן ערב יום טוב. אנדערע זענען זיך נוהג אז זיי גיין אין דער מקווה נאר ערב יום כיפור, און אויך ערב ראש השנה. דערפאר פירן זיך אסאך מענער זיך טובל'ן אפילו די וואס גייען נישט אגאנץ יאר צו גיין.

ערב יום כיפור איז אויך א מנהג ביי טייל פרויען גייען אין דער מקווה.

מקוה איד

מקווה איד איז דער טיטל פון איינעם וואס גיבט זיך אפ מיט די מקווה, נעמט די איינטריט געלט, רייניגט די מקוה, אויך איז איינגעפירט אז דער מקוה איד האט א שטיקל געוועלבל וואס פארקויפט תשמושי קדושה און וויין מיט בראנפן א.ד.ג.

אין א נשים מקווה הייסט די פרוי וואס גיט אכט אויף די טבילות א טיקערין.

מקוואות אין ישראל און חוץ לארץ

אין ישראל איז בויען מקוואות א רעליגיע דינסט וואס דאס לאנד דארף פארזארגן. די איינוואוינער פון א יישוב האבן א רעכט צו פאדערן מ'זאל בויען א מקווה, און היינט האט כמעט יעדער אידישער יישוב אין ישראל א מקווה. עטליכע ארגאניזאציעס זענען טעטיק אין דעם געביט, די הויפט פון זיי איז דער "מרכז הארצי לטהרת המשפחה" (נאציאנאלער צענטער פאר טהרת המשפחה) וואס הרב אפרים זלמן היילפרין האט געגרינדעט.

אין חו"ל איינער פון די וויכטיגסטע אויפגאבעס פון יעדער אידישער קהילה איז בויען און אויסהאלטן מקוואות.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!