רוי:כותל המערבי

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
דער כותל ביי נאכט

דער כותל המערבי (אָפט גערופן די הייליגע וואַנט) איז די לעצטע איבערגעבליבענע וואנט פון דער מויער (חומה) פונם הר הבית. שטענדיג געפינען זיך אידן ביים כותל דאווענען אדער זאגן תהלים.

הייליגקייט

לויט דער גמרא הערשט דארטן א הייליגקייט און אידן גייען אהין בעטן און דאווענען. ווייל די שכינה וואס האט גערוט שטענדיק אין בית המקדש האט זיך נישט אוועקגערירט פון יענער וואנט. טייל האלטן אז די גמרא רעדט פון די כותל המערבי פון די בית המקדש אליינס.

דער כותל אין יאר ה'תר"ל; 1870

היסטאריע

אין די צייטן פון דעם בריטישן מאנדאט האבן די אידן נישט געטארט דארט אוועקשטעלן בענק און מאכן א מחיצה צווישן מענער און פרויען. אבער יום כיפור ה'תרפ"ט האבן די אידן אויסגעבראכן דעם פארבאט און האבן דארט יא אוועקגעשטעלט בענק און האבן יא געמאכט א מחיצה,די גאנצע רודער איז געווען אנגעפירט דורך הרב קוק.. דאס איז איינע פון די סיבות וואס די אראבער האבן דאן אויפגערודערט מיט טעראר ביי די תרפ"ט ראיאטן.

ביי די מלחמת השחרור אין יאר ה'תש"ח האבן די אראבער איבערגענימען ירושלים און די אידן האבן מער נישט געהאט קיין צוטריט צום כותל.

ביי די זעקסטאגיגע מלחמה אין יאר ה'תשכ"ז האבן די ציונים צוריק איינגענימען ירושלים מיט דעם כותל המערבי, און האבן דאן פיל פארברייטערט דעם כותל און אויך ציגעגראבן זייער טיף, און פון דאן האט זיך אנגעהויבן צוריק די תפילות ביי כותל.

סאטמאר איסור

פון סאטמארער רב רבי יואל טייטלבוים האט נאך דער זעקסטאגיגער מלחמה גע'אסרט צו גיין צום כותל ווייל עס געבט חיזוק פאר די ציונים.

וועבלינק

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!