רוי:מאנצביל

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:מאן)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
א יונגער מאן אין בראזיל
מענטש (ציכונג)

א מאַנצביל איז א זכר פון דעם באשעפעניש מענטש.

ווען ער איז געבוירן איז ער נאך א קינד. ווען ער הייבט אן צו גיין איז ער א יינגל. נאך דער בר מצווה (ביי אידן, ד"ה ווען ער איז אלט 13 יאר) הייסט ער א בחור, און ווען ער האט חתונה רופט מען אים א מאַן.

צו זיינע עלטערן איז ער א זון. צו זיינער קינדער איז ער זייער פאטער, צו זיינע אייניקלעך זיידע און צו זיינע אוראייניקלעך עלטער־זיידע.

א מאנצביל ירשנט אן X-כראמאזאם פון זיין מוטער און א Y-כראמאזאם פון זיין פאטער.

אונטערשייד צווישן א מאנצביל און א פרוי

א מאנצביל איז ביאלאגיש אנדערש פון א פרוי אין געוויסע סימנים.

דער ערשטער אונטערשייד איז שוין קענבאר ביים געבורט.

ווען דאס קינד ווערט עלטער דערקענט מען אז:

  • א זכר האט האר כמעט איבערן גאנצן קערפער, ספעציעל אויפן פנים—די בארד—און אויפן ברוסט.
  • דער דורכשניט הויך און וואג פון א מאנצביל זענען גרעסער פון א פרוי.
  • די הענט און פיס זענען גרעסער ביי א מאנצביל.
  • די מוסקלען פון א מאנצביל זענען שטערקער פון די פון א פרוי, דורכשניטלעך 25% שטערקער.
  • די שטימע פון א געוואקסענעם מאנצביל איז טיף, ווי אבער ביי א פרוי בלייבט די שטימע הויך ווי א קינד'ס.

דרויסנדיגע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!