רוי:אנטיסעמיטיזם

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

מוסטער:יידן און אידישקייט אנטיסעמיטיזם איז האַס אנטקעגן אידן אלץ א רעליגיעזע גרופע, עטניציטעט, אדער ראסע. אנטיסעמיטיזם ווערט אנגעטייטלט אלץ דער גורם פאר מאסן מערדער און אויסערגעווענליכע אונטערדריקונגען פון אידן במשך פון די אידישע היסטאריע אין גלות.

מקור פון דער טערמין

דער טערמין שטאמט פון די ווערטער אנטי-שם. עס איז גענוצט געווארן צום ערשטן מאל אין 1879 דורך ווילהעלם מאַר, א דייטשער אידן פיינט, אין זיין בוך דער וועג צו זיג פון גערמאנטום איבער דאס אידנטום. מאַר האט גענוצט דעם טערמין אלץ א שענערע לשון פאר אידן-האס, אין פאַרהאַנג צו זיין מיינונג אז אידן, מיט'ן עקזיטירן אליין, באשטייען א סכנה פאר'ן דייטשן פאלק און זייער לעבנסגאנג און עטיק.

טראץ דעם וואס אראבער האלטן זיך אויך פאר אפשטאמיגע פון שם, ווערט דער טערמין נאר גענוצט לגבי פיינטשאפט פון אידן.

הינטערגרונט פון נאציזם

די דייטשן האבן געטענה'ט אז א יידישע מינאריטעט ווילן איבערנעמען די הערשאפט און אויסהרגענען מענטשן אזוי ווי די יידישע קאמוניסטן האבן געפירט אינעם סאוועטן פארבאנד. אלס ראיה דערצו האבן זיי געברענגט די יידישע פירער פון די לינקע אין דייטשלאנד, ראזא לוקסעמבורג מיט קורט אייזנער. אין דער זעלבער צייט האבן זיי אויך געטענה'ט אז אידן זענען קאפיטאליסטן וואס פארדרייען די וועלט כדי זיי זאלן פארדינען.

נאך א "טענה" וואס זיי האבן געניצט איז געווען די (געפעלשטע) פראטאקאלן פון זקני-ציון.


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!