רוי:ראזא לוקסעמבורג

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ראזא לוקסעמבורג
געבורט זאַמאשטש, לובלינער גובערניע, קאנגרעס פוילן, רוסלענדישע אימפעריע

ראָזאַ לוקסעמבורג (פּויליש: Róża Luksemburg; אויך Rozalia Luxenburg ראָזאַליאַ ; ‏5טן מערץ, 1870 אדער 1871 - 15טן יאנואר, 1919) איז געווען אַ אידיש־פּוילישע מאַרקסיסט, פילאזאף, עקאנאמיקערין, רעוואלוציאנערישע סאציאַליסט און פעמיניסטישע דענקער, וואס איז געווארן א נאַטוראַליזירטע דייטשע בירגערין ביים עלטער פון 28. זי האט אָרגאַניזירט אַ סאָציאַליסטישע אויפשטאַנד אין דייטשלאנד, נאָכן דורכפאַל פון דעם אויפשטאַנד איז זי דערהרגעט געוואָרן דורך די פרייקאָר – אַ ווייט־רעכטע מיליציע.

זי איז געווען א מיטגליד אין דער סאציאַל־דעמאקראַטישער פאַרטיי פון דייטשלאַנד (SPD). נאָכדעם וואָס די SPD האט געשטיצט דייטשע באַטייליגונג אין דער ערשטער וועלט-מלחמה אין 1915, האבן לוקסעמבורג און קאַרל ליבקנעכט געגרינדעט די ספאַרטאַקוס ליגע (Spartakusbund ספאַרטאַקאַסבונד) וואָס איז סוף־כל־סוף געווארן די קאמוניסטישע פאַרטיי פון דייטשלאנד (KPD).

לעבנסגעשיכטע

ראָזאַ לוקסעמבורג איז געבאָרן געוואָרן אין דעם שטעטל זאַמאָשטש אין פּוילן, צו אַ אידישער אויפגעקלערטער משפחה. איר מוטער, לינע לעוונשטיין, איז געווען אַ פרומע אידענע, און זי פלעגט ליינען פיל רעליגיעזע ספרים פון וועלכע זי האָט געשעפּט חכמה קוואַלן. איר פאָטער אליהו לוקסעמבורג, האָט געהאַנדלט מיט האָלץ. אין שטוב האָט מען גערעדט דייטש און פּויליש, און אַלס קינד האָט זי אויך זיך געלערנט רוסיש. אין דער היים האָט מען געליינט שיינע ליטעראַטור, און מ'פלעגט פאַרפירן שמועסן וועגן אַקטועלע וועלט ענינים.

די משפחה האָט זיך אַריבערגעצויגן אין וואַרשע, און ווען זי איז אַלט געווען פינף יאָר איז זי קראַנק געוואָרן אין אירע דיכן, צוליב דעם האָט זי געדאַרפט ליגן אין בעט אַ לענגערע צייט, און איר גאַנצן לעבן האָט זי שווער געהינקעט. אין די יאָרן 1880-1887 האָט זי געלערנט אין דער וואַרשעווער גימנאַזיע, און זי האָט זיך אויסגעצייכנט אין אירע לימודים. זי האָט זיך געהעריק אויסגעלערנט פיר שפּראַכן, און אין אַ יונגער עלטער האָט זי ליב געקראָגן די גערעדטע און געשריבענע שפּראַך. אין די יאָרן איז זי געוואָרן אַקטיוו אין פּוילישע לינקע רעוואָלוציאָנערע באַוועגונגען. מיט צוויי יאָר שפּעטער, אין 1889 איז זי אַנטלאָפן אין דער שווייץ, אויסמיידנדיק דערמיט אַרעסט. דאָרט האָט זי שטודירט פילאָזאָפיע, היסטאָריע, פאָליטיק, עקאָנאָמיק און מאַטעמאַטיק אינעם ציריכער אוניווערסיטעט. אין 1897 האָט זי געשריבן איר דאָקטאָראַט אין פּאָליטישער וויסנשאַפט וועגן דער טעמע "די אינדוסטריעלע אַנטוויקלונג פון פּוילן".

אין ציריך האָט זי באַגעגנט דעם רעוואָלוציאָנער לעאָן יאָגיכעס, און צווישן זיי האָט גענומען בליען פּערזענליכע ווי אויך אינטעלעקטועלע באַציאונגען, וואָס האָט שטאַרק באַווירקט איר לעבן. די ביידע האָבן זיך קעגנגעשטעלט דעם נאַציאָנאַליזם פון דעם פּוילישן סאָציאַליסטישן פּאַרטיי (דער PPS). אין 1893 האָבן זיי געגרינדעט די צייטונג "דער ציל פון די אַרבעטער". אין דער צייטונג האָט זי אויסגעזאָגט איר מיינונג וועגן דער פּוילישער רעוואָלוציע, און האָט באַהויפּטעט אַז זי איז נאָר מעגליך אויב עס וועט פאָרקומען ענליכע רעוואָלוציעס אין די שכנותדיקע מדינות – דייטשלאַנד, עסטרייך און רוסלאַנד, און אַז דער קאַמף קעגן קאַפּיטאַליזם איז וויכטיגער פאַר דעם קאַמף פאַר דעם פּוילישן קאַמף פאַר אומאָפּהענגיקייט. להיפוך פון לענינען, האָט זי ניט געהאַלטן פון דעם רעכט פון פעלקער צו זעלבסטבאַשלוס.

זי האט איינגעפירט אַסאַך נייע קאָמוניסטישע געדאַנקען וואָס באַאיינפלוסן קאָמוניזם ביזן היינטיקן טאָג. זי האָט געשטיצט די רוסישע רעוואָלוציע פון לענין און טראָצקי, אָבער זי האָט געהאַלטן אז זיי זענען געווען אומדעמאָקראַטיש אַנשטאָט צו איינשטעלן אַ דעמאָקראַטישן פאָלק. זי האָט געשטיצט די פרייהייט פון פאַרזאַמלונג, פרייהייט פון דער פּרעסע, פרייהייט פון וואָרט און די אָפּשאַפונג פונעם טויטשטראָף. אין 1913 האָט זי פאַרעפנטליכט אַ ווערק "די אָנקלייבונג פון קאַפּיטאַל" וואו זי האָט געטענה'ט אַז קאַפּיטאַל אָנקלייבונג ברענגט צו אימפּעריאַליזם.

זי האט אָנגעפירט אַ סאָציאַליסטישע מהפכה אין דייטשלאַנד, און נאָך איר דורכפאַל האָט די ווייט־רעכטע מיליציע "פרייקאָרפּס" זי דערהרגעט.


P vip.svg דער ארטיקל בנוגע ביאגראפיע איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!