רוי:רבי עקיבא

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי עקיבא'ס קבר אין טבריה

רבי עקיבא בן יוסף איז געווען א תנא וואס ווערט דערמאנט דריי הונדערט פינף און דרייסיג מאל אין משניות.

רבי עקיבא בן יוסף איז געווען איינער פון די גרעסטע תנאים. ער האט געלעבט אין דער צייט פון חורבן בית שני, פון דעם דריטן דור פון תנאים, אין דער צייטן פון דער בר כוכבא רעוואלוציע. אין תלמוד ירושלמי איז זיין נאמען געשריבן רבי עקיבה.

עס איז באקאנט די ערציילונג וויאזוי ער איז געווארן אזוי גרויס, ווען ער איז געווארן א איידים ביי כלבא שבוע, און איז שפעטער געגאנגען לערנען תורה ביי די פערציג יאר, אנגעהויבן פון אותיות, און שפעטער אויפגעשטעלט 24 טויזנט תלמידים.

ער איז איינער פון די פיר וואס זענען געשטארבן ביים עלטער פון הונדערט און צוואנציג יאר.[1]

רבי עקיבא איז געהרגעט געווארן על קידוש ה' ערב יום כיפור, אום ט' תשרי, בערך אין יאר ג'תתצ"ו, זיבעציג יאר נאכן חורבן.

רבי עקיבא האט געלייגט זיין סטעמפל אויף א ברייטער שיכטע פון אידישע ענינים. זיין נאמען ערשיינט בערך 1,500 מאל אין תלמוד בבלי. ער ווערט גערעכנט אלס א מוסטער פון מסירות נפש פאר תורה. ער איז געווען פון די עשרה הרוגי מלכות. די רוימער האבן אים געפייניגט ביז זיין טויט אלס שטראף ווייל ער האט געלערנט תורה ברבים.[2]

ביאגראפיע

ער איז געבוירן בערך אין יאר ג'תשפ"ו צו זיין טאטע יוסף ער איז אויפגעוואקסן אלס עם הארץ ער האט געארבייט אלס פאסטיך ביים עושר כלבא שבוע ווען די טאכטער פון זיין בעל הבית האט זיך פארליבט אין אים האבן זיי חתונה געהאט אהן איר טאטנס רשות בערך ווען ער איז געווען 35 יאר זיין שווער הערנדיג האט אז זיי האבן חתונה געהאט האט געמאכט א נדר אז זיי וועלן נישט הנאה האבן פון זיין געלט שפעטער האבן זיי געהאט א קינד. ביי די 40 יאר האט עם זיין ווייב איבערגערעדט צי פארן אין ישיבה לערנען, ער איז טאקע געפארן פאר 24 יאר ווען ער איז צוריק געקומען ביי די 64 האט ער שוין געהאט 24,000 תלמידים אין ער איז שוין געווען פאררעכענט אלס איינס פון די גרעסטע חכמים פונם דור. יארן שפעטער האט ער אויך חתונה געהאט מיט די געוועזענע ווייב פון טרונספרוס הרשע ער איז גע'הרג'עט געווארן ט' תשרי בערך אין יאר ג'תתצ"ו ביי די 120 יאר.

קינדער

רבי יהושע בן קרחה מען האט אים געריפען בן קרחה ווייל זיין טאטע רבי עקיבא איז געווען א קרח (bald).

תלמידים

אין גמרא שטייט אז ער האט צום ערשט געהאט 24,000 תלמידים און זיי זענען אלע געשטארבן צווישן פסח און שבועות. און נאכדעם האט ער געהאט נאך פינף תלמידים זיי זענען געווען: רבי מאיר, רבי יהודה ברבי אלעאי, רבי שמעון בר יוחאי, רבי אלעזר בן שמוע און רבי יוסי.[3]

אין משניות

רבי עקיבא ווערט דערמאנט אין יעדע מסכת פון ש"ס, אויסער ניין מסכתות - מסכת דמאי, מסכת מגילה, מסכת מועד קטן, מסכת חגיגה, מסכת קידושין, מסכת ערכין, מסכת מדות, מסכת תמיד, מסכת קנים.

סדר זרעים - (איין און פופציג מאל):

  • מסכת ברכות - פיר מאל - פרק ד' משנה ג' .. פרק ה' משנה ב' .. פרק ו' משנה ח' .. פרק ז' משנה ג'.
  • מסכת פאה - עלף מאל - פרק א' משנה ו' .. פרק ג' משנה ב' (2 מאל), ו' .. פרק ד' משנה ה', י' .. פרק ז' משנה ז' (2 מאל) .. פרק ח' משנה ה' (3 מאל).
  • מסכת כלאים - פינף מאל - פרק א' משנה ג' .. פרק ג' משנה ו' .. פרק ה' משנה ז' .. פרק ו' משנה א' .. פרק ז' משנה ה'.
  • מסכת שביעית - זעקס מאל - פרק א' משנה ח' .. פרק ג' משנה י' .. פרק ד' משנה ו' .. פרק ו' משנה ב' .. פרק ח' משנה ט' .. פרק ט' משנה ו'.
  • מסכת תרומות - אכט מאל - פרק ג' משנה ג' .. פרק ד' משנה ה', ח', י"ג .. פרק ו' משנה ו' (3 מאל) .. פרק ט' משנה ב'.
  • מסכת מעשרות - דריי מאל - פרק ג' משנה ה', ט' .. פרק ד' משנה ו'.
  • מסכת מעשר שני - פינף מאל - פרק ב' משנה ד' ז' ט' .. פרק ה' משנה ח', ט'.
  • מסכת חלה - זעקס מאל - פרק ב' משנה א', ג' .. פרק ג' משנה ו' .. פרק ד' משנה ד', ה', ט'.
  • מסכת ערלה - צוויי מאל - פרק ג' משנה ז' (2 מאל).
  • מסכת ביכורים - איין מאל - פרק ג' משנה ט'.

סדר מועד - (זיבען און פערציג מאל):

  • מסכת שבת - זיבן מאל - פרק ב' משנה ג' .. פרק ח' משנה ה' (2 מאל) .. פרק ט' משנה א' .. פרק י"א משנה א' .. פרק ט"ו משנה ג' .. פרק י"ט משנה א'.
  • מסכת עירובין - צען מאל - פרק א' משנה ב' (2 מאל) .. פרק ב' משנה ד', ה' .. פרק ד' משנה א' (2 מאל) .. פרק ה' משנה ח', ט' .. פרק ו' משנה ט' .. פרק י' משנה ט"ו.
  • מסכת פסחים - עלף מאל - פרק א' משנה ו' .. פרק ג' משנה ד' .. פרק ו' משנה ב' (4 מאל) .. פרק ז' משנה א' .. פרק ט' משנה ב', ו' .. פרק י' משנה ו', ט'.
  • מסכת שקלים - זעקס מאל - פרק ג' משנה א' .. פרק ד' משנה ג', ד', ו', ז' .. פרק ח' משנה ז'.
  • מסכת יומא - דריי מאל - פרק ב' משנה ג' .. פרק ז' משנה ג' .. פרק ח' משנה ט'.
  • מסכת סוכה - צוויי מאל - פרק ג' משנה ד', ט'.
  • מסכת ביצה - איין מאל - פרק ג' משנה ג'.
  • מסכת ראש השנה - דריי מאל - פרק א' משנה ו' .. פרק ב' משנה ט' .. פרק ד' משנה ה'.
  • מסכת תענית - פיר מאל - פרק ג' משנה ג', ד' .. פרק ד' משנה ד' (2 מאל).

סדר נשים - (פינף און פערציג מאל):

  • מסכת יבמות - דרייצן מאל - פרק ד' משנה י"ב, י"ג .. פרק ח' משנה ד' (2 מאל) .. פרק י"ב משנה ג' (2 מאל), ה' .. פרק ט"ו משנה ו', ז' (3 מאל) .. פרק ט"ז משנה ז' (2 מאל).
  • מסכת כתובות - פינף מאל - פרק ג' משנה ג' .. פרק ה' משנה ב' .. פרק ט' משנה ב', ג' .. פרק י"א משנה ד'.
  • מסכת נדרים - עלף מאל - פרק א' משנה א' .. פרק ז' משנה א' (2 מאל) .. פרק ט' משנה ה' (3 מאל), ו' .. פרק י' משנה ו' (3 מאל) .. פרק י"א משנה ד'.
  • מסכת נזיר - פינף מאל - פרק ד' משנה ה' .. פרק ו' משנה א', ו' .. פרק ז' משנה ד' (2 מאל).
  • מסכת סוטה - ניין מאל - פרק ה' משנה א', ב' (2 מאל), ג', ד' .. פרק ח' משנה ה' .. פרק ט' משנה ג', ד', ט"ו.
  • מסכת גיטין - צוויי מאל - פרק ח' משנה י' .. פרק ט' משנה י'.

סדר נזיקין - (דריי און פופציג מאל):

  • מסכת בבא קמא - פינף מאל - פרק ג' משנה ח' .. פרק ו' משנה ד' .. פרק ח' משנה ו' (3 מאל).
  • מסכת בבא מציעא - צוויי מאל - פרק ב' משנה ז' .. פרק ג' משנה י"ב.
  • מסכת בבא בתרא - צוועלף מאל - פרק א' משנה ו' .. פרק ב' משנה ט' .. פרק ג' משנה א' .. פרק ד' משנה ב' (3 מאל), ט' (3 מאל) .. פרק ו' משנה ד' .. פרק ז' משנה ב' .. פרק ט' משנה י'.
  • מסכת סנהדרין - צען מאל - פרק א' משנה ד' .. פרק ג' משנה ד' .. פרק ז' משנה י"א .. פרק ט' משנה ו' .. פרק י' משנה א', ג' (3 מאל), ו' .. פרק י"א משנה ד'.
  • מסכת מכות - דריי מאל - פרק א' משנה ז', י' .. פרק ב' משנה ז'.
  • מסכת שבועות - פיר מאל - פרק ב' משנה ה' .. פרק ג' משנה א' (2 מאל), ה'.
  • מסכת עבודה זרה - דריי מאל - פרק ב' משנה ג' .. פרק ג' משנה ה', ו'.
  • מסכת עדיות - עלף מאל - פרק א' משנה ח', י' .. פרק ב' משנה א', ב', ו' (2 מאל), ז', ח' (2 מאל) .. פרק ח' משנה א', ה'.
  • מסכת אבות - איין מאל - פרק ג' משנה י"ג.
  • מסכת הוריות - צוויי מאל - פרק א' משנה ב' .. פרק ב' משנה ה'.

סדר קדשים - (דריי און פופציג מאל):

  • מסכת זבחים - פיר מאל - פרק ח' משנה י"א (2 מאל) .. פרק ט' משנה ג' .. פרק י"ב משנה ד'.
  • מסכת מנחות - זעקס מאל - פרק ד' משנה ד' .. פרק ט' משנה ה' .. פרק י' משנה ד' .. פרק י"א משנה ג' .. פרק י"ב משנה ה' (2 מאל).
  • מסכת חולין - זעקס מאל - פרק ב' משנה ד' (2 מאל) .. פרק ח' משנה ד' .. פרק ט' משנה ד' (3 מאל).
  • מסכת בכורות - פערצן מאל - פרק ב' משנה ו' (2 מאל), ז' (2 מאל), ח' (2 מאל), ט' .. פרק ג' משנה א' .. פרק ד' משנה ד' .. פרק ו' משנה ו' (2 מאל) .. פרק ז' משנה ה' .. פרק ח' משנה ו' .. פרק ט' משנה ה'.
  • מסכת תמורה - צוויי מאל - פרק א' משנה א' (2 מאל).
  • מסכת כריתות - פופצן מאל - פרק ב' משנה ה' .. פרק ג' משנה ז', ח', ט' (3 מאל), י' .. פרק ה' משנה ב', ג' (2 מאל), ד' (2 מאל), ה', ז' (2 מאל).
  • מסכת מעילה - זעקס מאל - פרק א' משנה ב' (2 מאל), ג' .. פרק ה' משנה א' .. פרק ו' משנה ו' (2 מאל).

סדר טהרות - (זעקס און אכטציג מאל):

  • מסכת כלים - צוואנציג מאל - פרק ב' משנה ב', ד' .. פרק ג' משנה ח' .. פרק י"א משנה ו' .. פרק י"ב משנה ה' .. פרק י"ד משנה א' .. פרק י"ז משנה ה', י"ג, י"ז .. פרק כ' משנה ד', ו' .. פרק כ"ב משנה ז', ט', י' .. פרק כ"ה משנה ד', ז' .. פרק כ"ז משנה ה' .. פרק כ"ח משנה ב', ז' .. פרק ל' משנה ב'.
  • מסכת אהלות - צען מאל - פרק א' משנה ג' .. פרק ב' משנה ב' (2 מאל), ו', ז' .. פרק ג' משנה ה' .. פרק ה' משנה א', ב', ז' .. פרק י"ג משנה ג' .. פרק ט"ז משנה א'.
  • מסכת נגעים - ניינצן מאל - פרק א' משנה ב', ד' .. פרק ב' משנה א' .. פרק ד' משנה ז', ח', ט' (2 מאל), י' .. פרק ה' משנה ג', ד' .. פרק ו' משנה ה' .. פרק ז' משנה ב', ד' .. פרק י' משנה א' (2 מאל) .. פרק י"ב משנה ג' (2 מאל) .. פרק י"ד משנה י' (2 מאל).
  • מסכת פרה - זעקס מאל - פרק ב' משנה ה' .. פרק ג' משנה ד', ט' .. פרק ח' משנה י"א .. פרק י' משנה ד', ה'.
  • מסכת טהרות - פיר מאל - פרק ה' משנה א', ב' .. פרק ז' משנה ט' (2 מאל).
  • מסכת מקואות - פיר מאל - פרק ג' משנה ג' (2 מאל) .. פרק ז' משנה א' .. פרק ח' משנה ג'.
  • מסכת נדה - זיבן מאל - פרק ב' משנה ג' (2 מאל) .. פרק ה' משנה ח' .. פרק ו' משנה י"ב .. פרק ח' משנה ג' (2 מאל) .. פרק י' משנה ג'.
  • מסכת מכשירין - דריי מאל - פרק ד' משנה ט' .. פרק ה' משנה ד' .. פרק ו' משנה ח'.
  • מסכת זבים - צוויי מאל - פרק א' משנה ב' .. פרק ב' משנה ב'.
  • מסכת טבול יום - צוויי מאל - פרק ג' משנה ד', ה'.
  • מסכת ידים - זעקס מאל - פרק ג' משנה א' (3 מאל), ה' (2 מאל) .. פרק ד' משנה א'.
  • מסכת עוקצין - דריי מאל - פרק ג' משנה ה', ו', ח'.



רעפערענצן

  1. ספרי וזאת הברכה, פסקה שנז
  2. ברכות סא, ב
  3. יבמות סב, ב

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!