רוי:חנניה בן חזקיה

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

חנניה בן חזקיה בן-גוריון, איז געווען א תנא, וואס ווערט דערמאנט איין מאל אין משניות.

זיין צייט

חנניה בן חזקיה בן-גוריון איז געווען פון ערשטן דור תנאים, אין איבערגאנג פון דער תקופה צייטס-שפאן פון די זוגות צו דער תקופה פון די תנאים,[1] און פון זיבעטן דור נאך די אנשי כנסת הגדולה.[2] אין דער צייט פון צווייטן בית המקדש.

איבער אים

חנניה בן חזקיה בן-גוריון "זכור לטוב" - רב יהודה דריקט זיך אויס חנניה בן חזקיה בן גריון זאל געדענקט ווערן צום גיטן, ווען נישט אים וואלטן די חכמים פארשטעקט דעם ספר יחזקאל, וויבאלד ס'איז געווען אומפארשטענדליך, און מען האט ארויף געברענגט דריי הונדערט פעסלעך אייל צו חנניה בן חזקיה בן גריון און ער איז געזעצען אויבן ביי זיך אויפן שטאק און עס אויסגעטייטשט.[3]

פארשידענע גזירות און הלכות זענען אפגעלערנט ביי חנניה בן חזקיה בן גריון אויפן שטאק, איינמאל איז פארגעקומען און די תלמידי בית שמאי זענען געווען מעהר ווי די תלמידי בית הלל, און מען האט דעמאלטס ארויבגעגעבן אכטצן גזירות באקאנט אלס די י"ח דבר.[4]

די גמרא זאגט אז חנניה בן חזקיה בן גוריון מיט זיינע בייהעלפערס האט געשריבן דעם מגילת תענית.[4]

אין משניות

  • מסכת שבת פרק ו' משנה ג', ואלו מן ההלכות שאמרו בעליית חנניה בן חזקיה בן גוריון כשעלו לבקרו, נמנו ורבו בית שמאי על בית הלל וי"ח דברים גזרו בו ביום



רעפרענצען

  1. יוחסין
  2. רמב"ם הקדמה אויף משניות סדר זרעים פ"ד
  3. שבת י"ג ע"ב, חגיגה י"ג ע"א
  4. 4.0 4.1 שבת י"ג ע"ב

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!