רוי:עזרא

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
עזרא הסופר עבד להשם יתברך

עזרא איז געווען א מנהיג פונעם יידישן פאלק וואס איז צוריקגעקומען פון גלות בבל אין ארץ ישראל אויפצובויען דעם צווייטן בית המקדש, בערך אין יאר ג'ש. ער איז געווען א מיוחס'דיגער כהן א זון פון שריה הכהן פון בית צדוק.

דער פערסישער מלך ארתחשסתא האט געגעבן עזרא רשות צו פירן די אידן צוריק קיין ארץ ישראל, אבער ווייניג אידן זענען געקומען מיט אים. פון די לוויים איז כמעט קיינער נישט געקומען. ווען עזרא איז אנגעקומען איז ער געוואויר געווארן אז די אידן אין ארץ ישראל זענען געווארן אסימילירט צווישן די גויים, און אסאך פון זיי האבן חתונה געהאט מיט גוי'אישע ווייבער. ער האט זיי געמאכט אלע שווערן אז זיי וועלן זיך אפטיילן פון די פרעמדע ווייבער.

עזרא האט איינגעפירט:

  • אז מען זאל שרייבן א ספר תורה אין כתב אשורי.
  • אז מען זאל רופן די חדשים מיט די בבלישע נעמען ניסן, אייר, א.א.וו. אנשטאט די אלטע נעמען (אביב, זיו, ירח איתנים, בול).

עזרא הסופר איז געשטארבן ט' טבת אין יאר .

יוסיפון שרייבט אין קדמוניות היהודים אז עזרא ליגט באגראבן אין ירושלים. אבער ס'איז פאראן א מסורה אז עזרא ליגט אין באסרא איו בבל (היינט איז דאס איראק). במשך הונדערטער יארן פלעגן אידן גיין אויף זיין ציון.

תקנות עזרא

די גמרא (ברכות כ"ב:; ובבא קמא פ"ב.) ברענגט צען תקנות וואס עזרא האט מתקן געווען:

  1. מ'זאל ליינען די תורה יעדן מאנטאג און דאנערשטאג (בכדי ס'זאל נישט זיין דריי טעג איינס נאך אנאנד אן תורה, ווי אויך שבת צו מנחה (פאר די וואס האבן פארפעלט דאס תורה ליינען אינמיטן דער וואך.
  2. מ'זאל ליינען די תוכחה פאר שבועות (פרשת בחקתי) און פאר ראש השנה (פרשת כי תבא) ווייל "תכלה שנה וקללותיה" (מגילה לא:).
  3. די בתי דינים זאלן זיצן יעדן מאנטאג און דאנערשטאג (די זענען געווען די מארק טעג).
  4. מ'זאל וואשן די קליידער דאנערשטאג (כדי צו האבן צייט פרייטאג פאר די אנדערע הכנות אויף שבת).
  5. עסן קנאבל פרייטאג צונאכט.
  6. די ווייבער זאלן פריש ברויט יעדן אינדערפרי.
  7. די ווייבער זאלן גיין אנגעטון א פארטאך (וועגן צניעות).
  8. א ווייב זאל זיך גוט קעמן די האר מיט א קאם איידער זי טובל'ט זיך אין דער מקוה.
  9. פעדלערס זאלן ארומדריין די שטעט פארקויפן צירינג.
  10. א בעל קרי טאר נישט לערנען תורה ביז ער טובל'ט זיך (טבילת עזרא).

הנצחת עזרא הסופר במדינת ישראל

  • אין תל אביב איז געגרינדעט געווארן א שכונות וואס האט געהייסן נאך אים, וואס הייסט שכונת עזרא.
  • עס איז געגרינדעט געווארן א מושב מיטן נאמען בית עזרא, א מושב (פון די מושבים באוועגונג) אויפן דרום ברעג פלאן, צווישן אשדוד און אשקלון.
  • אויף זיין נאמען איז געגרינדעט געווארן די תנועת עזרא־באוועגונ גאן נאציאנאל ע רעליגיעז ע יוגנט־באוועגונג.
  • די אגודת עזרא, א פארבאנד פאר לערנען העברעאישע שפראך, געגרינדעט אין שטעטל פלונסק אין 1900 דורך דוד בן גוריון, וועלכער איז דעמאלט געווען פערצן יאר אלט, איז געגרינדעט געווארן אויף זיין נאמען, צוזאמען מיט אנדערע מיטגלידער, אריינגערעכנט שלמה צמח, יצחק כבשנה און שמואל פוקס.[1]
  • עזרא גאס ירושלים.
  • עזרא גאס בני ברק.

זע אויך

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!

  1. פורן, ז' (1986). דוד בן-גוריון, מייסד מדינת ישראל. ירושלים: קרן קיימת לישראל, המחלקה לחינוך, עמ' 15.