אמרפל

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אברהם באזיגט די פיר קעניגן, אילוסטראציע פון אנטאניא טעמפעסטא, יאר 1613

אמרפל איז געווען א קעניג פון שִׁנְעָר, און ווערט דערמאנט אין ספר בראשית, קאַפּיטל י"ד ווי איינער פון די קאאליציע פון פיר קעניגן, וואס זענען געקומען צו עמק השידים דערשטיקן די אויפשטאנד פון די פינף קעניגן פון ככר הירדן וואס האבן זיך פאראייניגט צו ווידערשפעניגן אין די קעניגן פון מעסאפאטאמיע.

אין די תורה

די פיר קעניגן, אמרפל דער קעניג פון שִׁנְעָר, אַרְיוֹךְ דער קעניג פון אֶלָּסָר, כְּדָרְלָעֹמֶר דער קעניג פון עֵילָם און תדעל דער קעניג פון גוים, זענען געקומען קיין כנען צו אונטערדרוקן די פינף קעניגן פון ככר הירדן וועלכע האבן רעוואלטירט אין כדרלעומר. אויפן וועג זענען זיי באפאלן נאך פעלקער, ווי די רפאים, די חורים, די אמורים און נאך. אין זייער מלחמה קעגן די פינף קעניגן האבן זיי באזיגט די אויפשטענדלער, בארויבט זייער פארמעגן און גענומען פון זיי מענטשן אין געפענגעניש. אברהם אבינו האט זיי נאכגעיאגט אויף זייער וועג קיין צפון צו זייערע לענדער, און אין דמשק געגנט האט ער זיי דערגרייכט, באזיגט, און צוריקגעקערט דאס רויב און די געפאנגענע.

אמרפל איז געווען באוואוסט אלס א גרויסער קעניג אין זיין צייט[1], און לויט רש"י איז ער געווען דער חשוב'סטער צווישן די פיר קעניגן[2]. אנדערע מפרשים זאגן אז כדרלעומר איז געווען דער חשוב'סטער און הויפט צווישן זיי[3], נאר אמרפל איז געווען דער עלטסטער[4]. טייל זאגן אז אין גרויסקייט און אין פירן די קעניגרייך אינעווייניג אין לאנד איז אמרפל געווען אין שפיץ, און מיט העלדישקייט אין קריג איז כדרלעומר געווען אין שפיץ[5].

נאמען און לאנד

אמרפל אין דזשואיש ענציקלאפעדיע
שניצונג פון חמורבי, איינער פון די השערות צום אידענטיטעט פאר אמרפל

דער נאמען אמרפל ווערט אויך דערמאנט אין אוגאריטישע טעקסטן מיט טראַנסקריפּציע עמרפ, ווען דער בוכשטאב ל' פעלט[6].

שנער איז למעשה דער אלטער נאמען פון בבל, ווי עס ווייזט אויס פון מעשה דור הפלגה: ”וַיְהִי בְּנָסְעָם מִקֶּדֶם וַיִּמְצְאוּ בִקְעָה בְּאֶרֶץ שִׁנְעָר וַיֵּשְׁבוּ שָׁם... עַל כֵּן קָרָא שְׁמָהּ בָּבֶל כִּי שָׁם בָּלַל ה' שְׂפַת כָּל הָאָרֶץ וּמִשָּׁם הֱפִיצָם ה' עַל פְּנֵי כָּל הָאָרֶץ” (בראשית פרק י"א, פסוקים ב'; ט'), א זאך וואס שטימט מיט אן השערה וואס אידענטיפיצירט אמרפל מיט דער בבל'ישער חאמוראבי, וואס איז אויך באקאנט ווי עמורפי. אנדערע שפעקולאציעס אידענטיפיצירן אים מיט אובל-פי-אל דער צווייטער, קעניג פון אשנונה[7], אדער אמאר-סין, א קעניג אין די דריטע אור דינאסטיע[8].

יוסף בן מתתיהו שרייבט אין זיין ספר "קדמוניות היהודים", אז אמרפל איז געווען אן אשור'ישער קריגס-מיניסטער וועלכער איז געשיקט געווארן מיט דריי אנדערע קריגס-מיניסטארן פאר א שטראף קאמפיין אין כנען; צוזאמען האבן זיי בארויבט סיריע און אונטערטעניגט די קעניגן פון סדום און אומגעגנט וועלכע האבן ווידערשפעניגט אין אשור[9].

אין חז"ל

אין חז"ל ווערט געברענגט אז אמרפל איז נישט קיין צווייטער ווי נמרוד, און די אמוראים רב און שמואל קריגן זיך איבער די צוויי נעמען[10]: ”רב ושמואל, חד אמר: נמרוד שמו, ולמה נקרא שמו אמרפל? שאמר והפיל לאברהם אבינו בתוך כבשן האש. וחד אמר: אמרפל שמו, ולמה נקרא שמו נמרוד? שהמריד את כל העולם כולו עליו [=אויף ה'] במלכותו.”

אויך אין ספר הישר שטייט אז אמרפל איז נמרוד[11], מיט די ערקלערונג אז דעם צונאמען "אמרפל" האט ער באקומען נאכן דורכפאל ביים בויען דעם מגדל בבל, וואס ווערט אין דעם ספר אויך צוגעשריבן צו נמרוד.

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  1. ספורנו, בראשית יד, א
  2. גור אריה, בראשית יד, ה
  3. רד"ק, בראשית יד, ד
  4. פענח רזא און טור על התורה, בראשית יד, א
  5. העמק דבר, בראשית יד, א
  6. פנחס ארצי, עולם התנ"ך: בראשית, תל אביב, דוידזון עתי, 1993, עמ' 103.
  7. Micael Roaf, Cambridge Atlas of Archaeology - king lists p.111 and pp.108-123.
  8. Rohl, David (2010). The Lords of Avaris. Random House. p. 294.
  9. יוסף בן מתתיהו, קדמוניות היהודים, ספר א, פרק ט
  10. עירובין נג, א
  11. ספר הישר, ירושלים תשט"ו, עמ' 28