רוי:שמואל (אמורא)

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

שמואל הכהן (לערך 174 – 254) איז געווען אַן אמורא אין בבל, וועמענס ווערטער אין הלכה און אגדה זענען פאַראַן אין גאַנץ ש"ס, און ווערט אָפט דערמאנט מיט זיין עלטערן חבר רב, מיט וועמען ער האָט אָפט חלוקי דעות אין פאַרשידענע הלכות און אגדה-ווערטער.

שמואל איז אויך געווען אַ דאָקטאָר און אסטראנאם (דעריבער האָט ער אויך געהייסן "ירחי-נאה", פון וואָרט "ירח", "לבנה") און ער האָט געזאָגט וועגן זיך, אז ער איז באַקאַנט אין די וועגן פון הימל ווי אין די וועגן פון זיין שטאָט נהרדעא (ברכות נ"ח).

אין זיין יוגנט האָט ער באַזוכט ארץ-ישראל און געהיילט רבי יהודה הנשיא (רבי), אָבער קיין סמיכה און דעם טיטל רבי האָט ער פון אים נישט באַקומען ("שמואל ירחינאה חכים יתקרי ורבי לא יתקרי", בבא מציעא פ"ה), נאַכער איז ער צוריק קיין בבל, און איז געוואָרן "דיין הגולה" (סנהדרין י"ז) און נאַכער ראש ישיבה אין נהרדעא.

די הלכות פון שמואל אין דער גמרא זענען אַ סך, און ווערן געבראַכט אָדער אין זיין אייגענעם נאָמען אָדער אין נאָמען פון טייל פון זיינע תלמידים ווי "אמר רב הונא אמר שמואל", "אמר רב יהודה אמר שמואל" און אזוי ווייטער).

מען האָט געהאַלטן, אַז אומעטום וואו שמואל איז מחולק מיט רב אין דיני ממונות איז די הלכה ווי שמואל (בכורות מ"ט).

ער האָט געשיקט צו רבי יוחנן קיין ארץ-ישראל דעם קאלענדאר-רעכענונג אויף 60 יאָר (חולין צ"ה).

פון אים זענען פאַראַן פיל רפואה-פאָרשריפטן, וועלכע שטימען גאַנץ אָפט מיט די מאָדערנע מעדיצין-מיינונגען.

צו זיינע ווערטער געהערן: "דינא דמלכותא דינא", גטין י' (דאָס געזעץ פון מלכות איז א געזעץ), מען טאָר נישט גנבענען די מיינונג פון מענטשן (חולין צ"ד), "מען טאָר זיך נישט ארויסנעמען פון כלל" (שבת מ"ט), "אַלץ דאַרף געטון ווערן לשם שמים" (קידושין פ"ב) און פיל אַנדערע.

ער האָט אויך מתקן געווען וויכטיגע תקנות.

זיין פאָטער איז אָנגערופן געוואָרן נאָך אים "אבוה דשמואל".

ער האָט אויך מתקן געווען תפילות, צווישן אַנדערע די תפילה קצרה "הביננו" (ברכות כ"ט).

צו שמואל ווערט צוגעשריבן די "תקופת שמואל" (אַז דאָס זון-יאָר האָט גענוי 365 טעג און 6 שעה) און אַ ספר'ל איבער קאַלענדער און אַסטראָנאָמיע "ברייתא דשמואל", וועלכע שטאַמט זיכער ערשט פון 8טן יאָרהונדערט.

ביבליאגראפיע

  • ווייס "דור דור ודורשיו" חלק ג'
  • היימאַן "תולדות תנאים ואמוראים", זוכוואָרט "שמואל"
Logo hamichlol yi.png
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!