רבי אליעזר זאב ראזנבוים (ראחוב)

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי אליעזר זאב ראזנבוים (י' סיון תרפ"ט - י"ח כסלו תשנ"ט) איז געווען דער ראחובער רבי.

ביאגראפיע

רבי אליעזר וואלף איז געבוירן צו זיין פאטער רבי יצחק ראזנבוים, זון פון רבי מאיר'ל קרעטשניפער, און צו זיין מוטער חיה, א טאכטער פון רבי שלמה איזאקסאן דער רומאן'ער רב[1]. זיין פאטער איז געווען רבי אין שטאט ראחוב, און דערנאך אין אויבער-ווישווא. ג' סיון תש"ד זענען זיינע עלטערן, ברידער, שוועסטער מיט זייערע פאמיליעס, גע'הרג'עט געווארן אין אוישוויץ, נאר רבי אליעזר וואלף און איין שוועסטער זענען געבליבן ביים לעבן. נאכן קריג איז ער געפארן קיין רומאן צו זיין זיידע רבי שלמה איזאקסאן, און ער האט געלערנט מיט אים שולחן ערוך יורה דעה במשך פון א האלבע יאר.

ער איז געפארן קיין ארץ ישראל מיט די מעפילים שיף 'כנסת ישראל', אבער אין ג' כסלו תש"ז זענען זיי פארטריבן געווארן קיין קפריסין, וואו זענען זיי געווען במשך פון כמעט א יאר. ווען ער איז ענדליך אנגעקומען קיין ארץ ישראל, אין חודש חשון תש"ח, איז ער אריין לערנען אין ישיבה פון רבי יוסף צבי דושינסקיא, דער ירושלימ'ער רב, וואו ער האט געלערנט מיט זיינע קאזינס (און שפעטער זיינע שוואגערס) רבי צבי הירש ראזנבוים און רבי יעקב ישכר בער ראזנבוים. זומער תש"ח, ווען עס האט אויסגעבראכן דער "מלחמת השחרור", איז ער אריבער לערנען אין ישיבת חכמי לובלין אין בני ברק. שפעטער האט ער געלערנט אין ישיבת גאוני וואלאז'ין אין תל אביב, וואו ער האט באקומען היתר הוראה.

חודש אב תשי"א האט ער חתונה געהאט מיט רעכל, די טאכטער פון זיין קאזין רבי חיים מרדכי ראזנבוים דער נאדווערנער רבי. אין אנהייב האט ער געוואוינט נעבן זיין שווער אין יפו, אבער מיט די ראט פון בעלזער רב זענען זיי אריבער קיין רמלה, וואו ער האט אויפגעשטעלט א בית מדרש און אנגעהויבן פירן א רביסטעווע. אין יאר תשכ"ה איז ער אריבער קיין רמת גן, קודם אין רחוב מודיעין, און דערנאך אין י"ב תמוז תשכ"ז איז ער אריבער קיין רחוב ברקאי וואס איז נאנט צו בני ברק.

רבי אליעזר זאב איז געווען א חסיד פון בעלזער רב און א אנהענגער פון היינטיגן בעלזער רבי ישכר דוב רוקח, טראץ דעם איז ער נישט געגאנגען צו די בחירות אלס א תלמיד פון הרב דושינסקיא. ער איז געווען מפורסם אלס א בעל מופת, און בפרט אין עניינים פון רפואה און צוזאגן קינדער.

אין זיינע לעצטע יארן האט ער געליטן אויפן הארץ. ער איז נפטר געווארן י"ח כסלו תשנ"ט און באערדיגט געווארן אין דעם נייעם וויזשניצער בית החיים אין בני ברק. עס איז געבויט געווארן אן אוהל אויף זיין ציון.

על פי צוואתו האט אים איבערגענומען זיין צווייטער זון, רבי יחיאל מאיר ראזנבוים.

קינדער

רעפערענצן

  1. וועלכער איז אויך געווען א איידעם ביי רבי מאיר'ל קרעטשניפער.