רוי:שבע מצוות דרבנן
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
שבע מצוות דרבנן | |
הלל • מגילת אסתר • חנוכה ליכט • נרות שבת • נטילת ידיים • ברכה • עירובין |
שבע מצוות דרבנן זענען זיבן מצוות עשה געגרינדעט דורך חכמים. דער נומער זיבן ווערט צום ערשטן מאל דערמאנט אינעם ספר "כתר תורה" פון רבי דוד וויטאל[1]. זינט דאן איז עס דערמאנט געווארן אין אסאך ספרים, און אפילו צוגעלייגט צו די פארשפרייטע אויסגאבעס פון ספר החינוך ביים סוף פון די מצוות. די געמיינזאמקייט צווישן די מצוות וואס זענען אויסגערעכנט צווישן די זיבן איז אז זיי זענען נייע מצות, און זענען נישט גזירות 'להרחיק את האדם מן העבירה' אדער פארברייטערונגען פון אן עקזיסטירנדע מצוה (למשל: מרור בזמן הזה; יום טוב שני של גליות).
די מצוות
- הלל: צולייגן קאפיטלען קי"ג-קי"ח פון תהלים מיט א ברכה בעפאר און דערנאך צו דאנקען און לויבן, נאך תפילת שחרית אום ימים טובים, חנוכה און ראש חודש. אוועקגעשטעלט דורך די נביאים[2].
- מגילה: ליינען מגילת אסתר אין פורים בייטאג און ביינאכט. חכמים האבן אזוי ארויסגעלערנט[3].
- עירובין: פארבאטן צו טראגן אין א געמיינזאמער הויף אום שבת, אין א פאל וואס עס איז נישט פארהאן קיין עירובי חצרות, פארבאטן ארויסצוגיין פון שטאט אום שבת מער ווי צוויי טויזנט אמה אין א פאל וואס עס איז נישט פארהאן קיין עירובי תחומין, און פארבאטן קאכן אום יום טוב פאר צומארגנס'דיגן שבת אין א פאל וואס עס איז נישט פארהאן קיין עירובי תבשילין. אוועקגעשטעלט דורך שלמה המלך[4].
- ברכות: צו בענטשן אויף מצוות[5], בעפאר יעדער הנאה אויף די וועלט, און אויף פארשידענע געשעענישן. חכמים האבן פון אייגענעם פארשטאנד אזוי ארויסגעלערנט[6].
- שבת ליכט: צו צינדן אין יעדן שטוב ליכט פרייטאג און ערב יום טוב צונאכטס. חכמים האבן אזוי אוועקגעשטעלט[7].
- חנוכה: צינדן ליכט יעדן נאכט דורכאויס די אכט טעג חנוכה. אין יאר פון נס חנוכה האבן חכמים אזוי אוועקגעשטעלט אויף די קומענדיגן יאר, אין ליכט פון די נס מיט די ליכט וואס איז דארט געווען[8].
- נטילת ידים: זיך וואשן די הענט מיט וואסער בעפאר עסן ברויט. חכמים האבן אזוי אוועקגעשטעלט צוליב ריינקייט אדער צו היטן די תרומה[4].
די סימן דערויף איז שמ"ע בנ"י:
- ש - שבח (הלל)
- מ - מגילה (ליינען)
- ע - עירובין
- ב - ברכות
- נ - נרות שבת; נרות חנוכה (צוויי מצוות)
- י - ידיים (וואשן די הענט)
צו לערנען מער
- שמואל אשכנזי, "שבע מצוות דרבנן", קובץ בית אהרן וישראל לה, תשנ"א, עמ' צז–קטו
- שמואל אשכנזי, "השלמות לשבע מצוות דרבנן", קובץ בית אהרן וישראל לח, תשנ"ב, עמ' קלט–קנד
- שמואל אשכנזי, "מלואים", קובץ בית אהרן וישראל מ, תשנ"ב, עמ' קי–קטו
רעפערענצן
קלארשטעלונג: די אינפארמאציע אויף המכלול איז בלויז פאר בארייכערונג און זאל נישט געזען ווערן ווי א פסק הלכה.