השא יאר
א השא יאר איז איין פון פערצן סארטן יארן אין דער באשטימטער אידישער לוח. א השא יאר הייבט זיך אין דאנערשטאג (ה), איז שלימה (ש) - חשון און כסלו פארמאגן ביידע דרייסיג טעג, און פסח הייבט זיך אן זונטאג (א). אזא סארט יאר איז א געווענליך יאר (מיט איין אדר), און איז לאנג 355 טעג, וואס אין זיי 51 שבתים.
א השא יאר קומט אויס ווען דער מולד פון חודש תשרי פון א פשוט יאר פאלט אויס אין דאנערשטאג, צווישן 9 שעה און 204 חלקים און 18 שעה אין טאג[1]. צוליב דעם קורצן צייט אפשניט איז עס דער זעלטנסטער קביעות, וואס מאכט זיך בלויז אין ארום 3.31% פון אלע יארן[2]. דאס איז דער איינציגסטער קביעות וואס קומט קיינמאל נישט צוריק אין ווייניגער ווי זיבן יאר, און צומאל גייען אריבער זיבעציג יאר אין וועלכע עס איז נישט פארהאן קיין השא יאר (ווי פון ה'תרס"ג ביז ה'תשל"ד). דער יאר בעפאר איז אלעמאל בחג (אויב איז עס א שנה פשוטה) אדער זחג (אויב איז עס אן עיבור יאר), און דער נאכפאלגנדער יאר איז אלעמאל גכה (אויב איז עס א שנה פשוטה) אדער גכז (אויב איז עס אן עיבור יאר).
צווישן די יארן ה'ת"ש-ה'תת"נ געפאלט דער קביעות אין די יארן: ה'תשל"ד, ה'תשנ"ד, ה'תשפ"ה, ה'תת"ה.
קאלענדאר
יום טוב / רו טאג |
יום טוב וואס איז נישט קיין רו טאג |
פאסט טאג |
חגים וזמנים
- אין א השא יאר איז פארהאן דריי מאל א שבת ראש חודש: ראש חודש חשון איז פרייטאג און שבת, ראש חודש אדר איז פרייטאג און שבת, און ראש חודש אב איז שבת.
- חנוכה געפאלט פון דאנערשטאג (מיטוואך נאכט) ביז דאנערשטאג.
- ט"ו בשבט געפאלט דאנערשטאג.
- פורים געפאלט פרייטאג. אין ירושלים פייערט מען א פורים משולש פון פרייטאג ביז זונטאג.
- ערב פסח געפאלט אין שבת, מיט די באזונדערע הלכות פון ערב פסח שחל בשבת.
- פסח שני געפאלט אין טאג פון תענית שני בתרא, און די מנהגים זענען צעטיילט איבער זאגן סליחות און פאסטן אין דעם טאג[3]
- ל"ג בעומר געפאלט פרייטאג. די נאכט-הדלקות קומען פאר דאנערשטאג נאכט.
- שבועות געפאלט מאנטאג (אויך דינסטאג אין חוץ לארץ).
- סליחות ווערט געזאגט דורכאויס זיבן טעג בעפאר ראש השנה, (לויטן אשכנז'ישן מנהג, אין וועלכע סליחות ווערט אנגעהויבן פון זונטאג וואס איז לפחות פיר טעג בעפאר ראש השנה), דער גרעסטער מעגליכער צאל פון טעג.
- תעניתים: צום גדליה ווערט נדחה צו זונטאג, עשרה בטבת געפאלט פרייטאג, תענית אסתר געפאלט דאנערשטאג, תענית בכורים ווערט געפעדערט צו דאנערשטאג, און שבעה עשר בתמוז און תשעה באב געפאלן ביידע אין זונטאג.
פרשיות און הפטורות
אין א השא יאר זענען פארהאן 51 שבתים, וואס אין דריי פון זיי טוט מען נישט ליינען א פרשת השבוע: שבת יום כיפור, שבת חול המועד סוכות און שבת שביעי של פסח. אויסצוגלייכן דעם צאל פון די פרשיות געליינט אין שבת (52, וילך ווערט נישט געליינט אין אזא יאר און וזאת הברכה ווערט געליינט אין שמחת תורה) מיט דעם צאל פון שבתים אין וועלכע זיי ווערן געליינט (48), ווערן צאמגעשטעלט די פרשיות תזריע-מצורע, אחרי-קדושים, בהר-בחוקותי, און מטות-מסעי. דאס איז די איינציגסטע שנה פשוטה אין וועלכע די פרשיות ויקהל און פקודי זענען אפגעטיילט.
פרשת וילך קומט נישט אויס אין אזא יאר, ווייל עס ווערט געליינט בעפאר ראש השנה אין פארגאנגענעם יאר און נאך ראש השנה אין קומענדיגן.
פרשיות אין וועלכע מען ליינט נישט די געווענליכע הפטורה:
- פרשת נח - ליינט מען די הפטורה פון שבת ראש חודש, "השמים כסאי"
- פרשת תולדות - ליינט מען די הפטורה פון ערב ראש חודש, מחר חודש
- פרשת מקץ - ליינט מען די הפטורה פון שבת חנוכה, "רני ושמחי"
- פרשת תרומה, שבת ראש חודש אדר - נעמט מען ארויס דריי ספרי תורה, און מען ליינט די הפטורה פון פרשת שקלים
- פרשת תצוה - ליינט מען די הפטורה פון שבת זכור
- פרשת כי תשא - אין ירושלים ליינט מען די הפטורה פון פורים. אין אנדערע פלעצער ליינט מען יא די געווענליכע הפטורה פון פרשת כי תשא.
- פרשת ויקהל - ליינט מען די הפטורה פון פרשת פרה
- פרשת פקודי - ליינט מען די הפטורה פון פרשת החודש
- פרשת צו - אין טייל קהילות פירט מען זיך צו ליינען די הפטורה פון שבת הגדול
- מטות-מסעי - איז א מחלוקת הראשונים אויב די הפטורה פון "שמעו" (די צווייטע פון די תלת דפורענותא) איז דוחה די הפטורה פון ראש חודש; אין פראג האט מען געזאגט שמעו[4] און אזוי פירן זיך היינט רוב הקהילות, און אין פוזנא האט מען געזאגט די הפטורה פון שבת ראש חודש[5].
- פרשת ראה - טייל ליינען די הפטורה פון ערב ראש חודש, מחר חודש
אין קעגנזאץ, ליינט מען אין פרשת משפטים די הפטורה פון משפטים, א זאך וואס מאכט זיך זעלטן.
ספר בראשית | ספר שמות | ספר ויקרא | ספר במדבר | ספר דברים | |||||
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
פרשה | דאטום | פרשה | דאטום | פרשה | דאטום | פרשה | דאטום | פרשה | דאטום |
בראשית | כ"ד תשרי | שמות | י"ח טבת | ויקרא | ז' ניסן | במדבר | ד' סיון | דברים | ח' אב |
נח | א' חשון | וארא | כ"ה טבת | צו | י"ד ניסן | נשא | י"א סיון | ואתחנן | ט"ו אב |
לך לך | ח' חשון | בא | ג' שבט | שמיני | כ"ח ניסן | בהעלתך | י"ח סיון | עקב | כ"ב אב |
וירא | ט"ו חשון | בשלח | י' שבט | תזריע | ה' אייר | שלח | כ"ה סיון | ראה | כ"ט אב |
חיי שרה | כ"ב חשון | יתרו | י"ז שבט | מצורע | צאמגעשטעלט | קרח | ב' תמוז | שופטים | ו' אלול |
תולדות | כ"ט חשון | משפטים | כ"ד שבט | אחרי | י"ב אייר | חקת | ט' תמוז | כי תצא | י"ג אלול |
ויצא | ו' כסלו | תרומה | א' אדר | קדושים | צאמגעשטעלט | בלק | ט"ז תמוז | כי תבוא | כ' אלול |
וישלח | י"ג כסלו | תצוה | ח' אדר | אמור | י"ט אייר | פינחס | כ"ג תמוז | נצבים | כ"ז אלול |
וישב | כ' כסלו | כי תשא | ט"ו אדר | בהר | כ"ו אייר | מטות | א' אב | וילך | |
מקץ | כ"ז כסלו | ויקהל | כ"ב אדר | בחוקותי | צאמגעשטעלט | מסעי | צאמגעשטעלט | האזינו | ג' תשרי |
ויגש | ד' טבת | פקודי | כ"ט אדר | וזאת הברכה | שמחת תורה | ||||
ויחי | י"א טבת |
צו ליינען מער
- מרדכי גנוט, "על קביעותה הנדירה של שנת ה'תשנ"ד (הש"א)", לוח דבר בעתו - התשנ"ד, אויף אוצר החכמה (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
- רבי דוד הלוי העבער, "בענין הפטרות שאינם מצויות", שערי זמנים, סימן כ"א, אויף היברובוקס
- יוסף עופר, שכיחותן של קביעות השנה ושל ההפטרות, אין: סיני קכא, תשנ"ח, עמ' רי-רכד.
רעפערענצן
- ↑ ספר העבור, מאמר ב' שער ט'; יסוד עולם, מאמר ד' פרק י'; מפרש, אויף משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק ח', הלכה י'; טור, אורח חיים, סימן תכ"ח.
- ↑ יעקב מתלון, "חזרה של קביעות השנה אחרי שלוש שנים: לוח השנה וחשבונו תוך בירור שאלת המחזוריות", אין: יסודות הלוח העברי, הוצאת לוח, תשע"ג
- ↑ לויט די אריגינעלע מנהג אשכנז, האט מען געזאגט תחנון אין פסח שני. די חילוקי מנהגים זענען געשאפן געווארן ביי די קהילות וואו עס איז געווארן איינגעפירט נישט צו זאגן תחנון.
- ↑ אליה רבה תקמט:ג
- ↑ לבוש או"ח תקמט:א
קביעות פון יארן אינעם לוח | |
---|---|
|