זחא יאר

איין פון פערצן סארטן יארן אין אידישן לוח
ווערסיע פון 18:13, 28 אקטאבער 2024 דורך עברי אנכי (שמועס | ביישטייערונגען) (מכלוליזאציע)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

א זחא יאר איז איין פון פערצן סארטן יארן אין דער באשטימטער אידישער לוח. א זחא יאר הייבט זיך אין שבת (ז), איז חסרה (ח) - חשון און כסלו פארמאגן ביידע 29 טעג, און פסח הייבט זיך אן זונטאג (א). אזא סארט יאר איז א געווענליך יאר (מיט איין אדר), און איז לאנג 353 טעג, וואס אין זיי 51 שבתים.

א זחא יאר קומט אויס ווען דער מולד פון חודש תשרי פון א פשוט יאר פאלט אויס צווישן דאנערשטאג, 18 שעה אין טאג, און פרייטאג, 0 שעה און 408 חלקים, אדער, ווען דער קומענדיגער יאר איז אן עיבור יאר, ביז פרייטאג 9 שעה און 204 חלקים[1]. דאס איז פון די זעלטענע סארט יארן[2], און מאכט זיך אין ארום 4.33% פון אלע יארן[3].

צווישן די יארן ה'ת"ש-ה'תת"נ געפאלט דער קביעות אין די יארן: ה'תש"י, ה'תשל"ז, ה'תשס"א, ה'תשפ"א, ה'תת"ח, ה'תתל"ה.

אין א זחא יאר זענען פארהאן די ווייניגסטע תפילות (1143 אין חוץ לארץ)[4].

קאלענדאר

   א   ב   ג   ד   ה   ו   ש   א   ב   ג   ד   ה   ו   ש   א   ב   ג   ד   ה   ו   ש   א   ב   ג   ד   ה   ו   ש   א   ב   ג   ד   ה   ו   ש   א 
תשרי א  ב  ג   ד  ה  ו   ז   ח  ט  י   יא  יב  יג  יד  טו  טז  יז  יח  יט  כ  כא  כב  כג  כד  כה  כו  כז  כח  כט  ל 
חשון א  ב  ג   ד  ה  ו   ז   ח  ט  י   יא  יב  יג  יד  טו  טז  יז  יח  יט  כ  כא  כב  כג  כד  כה  כו  כז  כח  כט 
כסלו א  ב  ג   ד  ה  ו   ז   ח  ט  י   יא  יב  יג  יד  טו  טז  יז  יח  יט  כ  כא  כב  כג  כד  כה  כו  כז  כח  כט 
טבת א  ב  ג   ד  ה  ו   ז   ח  ט  י   יא  יב  יג  יד  טו  טז  יז  יח  יט  כ  כא  כב  כג  כד  כה  כו  כז  כח  כט 
שבט א  ב  ג   ד  ה  ו   ז   ח  ט  י   יא  יב  יג  יד  טו  טז  יז  יח  יט  כ  כא  כב  כג  כד  כה  כו  כז  כח  כט  ל 
אדר א  ב  ג   ד  ה  ו   ז   ח  ט  י   יא  יב  יג  יד  טו  טז  יז  יח  יט  כ  כא  כב  כג  כד  כה  כו  כז  כח  כט 
ניסן א  ב  ג   ד  ה  ו   ז   ח  ט  י   יא  יב  יג  יד  טו  טז  יז  יח  יט  כ  כא  כב  כג  כד  כה  כו  כז  כח  כט  ל 
אייר א  ב  ג   ד  ה  ו   ז   ח  ט  י   יא  יב  יג  יד  טו  טז  יז  יח  יט  כ  כא  כב  כג  כד  כה  כו  כז  כח  כט 
סיון א  ב  ג   ד  ה  ו   ז   ח  ט  י   יא  יב  יג  יד  טו  טז  יז  יח  יט  כ  כא  כב  כג  כד  כה  כו  כז  כח  כט  ל 
תמוז א  ב  ג   ד  ה  ו   ז   ח  ט  י   יא  יב  יג  יד  טו  טז  יז  יח  יט  כ  כא  כב  כג  כד  כה  כו  כז  כח  כט 
אב א  ב  ג   ד  ה  ו   ז   ח  ט  י   יא  יב  יג  יד  טו  טז  יז  יח  יט  כ  כא  כב  כג  כד  כה  כו  כז  כח  כט  ל 
אלול א  ב  ג   ד  ה  ו   ז   ח  ט  י   יא  יב  יג  יד  טו  טז  יז  יח  יט  כ  כא  כב  כג  כד  כה  כו  כז  כח  כט 
יום טוב /
רו טאג
יום טוב וואס איז
נישט קיין רו טאג
פאסט טאג

חגים וזמנים

  • אין א זחא יאר איז פארהאן צוויי מאל א שבת ראש חודש (ראש השנה נישט אריינגערעכנט): ראש חודש אדר איז פרייטאג און שבת, און ראש חודש אב איז שבת. אין רוב קהילות ווערט אבער אינגאנצן נישט געליינט די הפטורה פון שבת ראש חודש אין דעם יאר; אין ראש חודש אדר זאגט מען די הפטורה פון שבת שקלים, און אין ראש חודש אב ליינט מען "שמעו" (פון די תלת דפורענותא).
  • חנוכה געפאלט פון פרייטאג (דאנערשטאג נאכט) ביז פרייטאג.
  • ט"ו בשבט געפאלט דאנערשטאג.
  • פורים געפאלט פרייטאג. אין ירושלים פייערט מען א פורים משולש פון פרייטאג ביז זונטאג.
  • ערב פסח געפאלט אין שבת, מיט די באזונדערע הלכות פון ערב פסח שחל בשבת.
  • פסח שני געפאלט אין טאג פון תענית שני בתרא, און די מנהגים זענען צעטיילט איבער זאגן סליחות און פאסטן אין דעם טאג[5]
  • ל"ג בעומר געפאלט פרייטאג. די נאכט-הדלקות קומען פאר דאנערשטאג נאכט.
  • שבועות געפאלט מאנטאג (אויך דינסטאג אין חוץ לארץ).
  • מען מאכט א יקנה"ז קידוש און הבדלה אין די צווייטע נאכט פון ראש השנה און אין סדר נאכט; און אין חוץ לארץ אויך אין די צווייטע נאכט פון סוכות, די נאכט פון שמחת תורה, און די נאכט פון אחרון של פסח, פאר א סך הכל פון פינף מאל.
  • עס איז אינגאנצן נישט פארהאן קיין שבת חול המועד, נישט אין סוכות און נישט אין פסח.
  • תעניתים: צום גדליה געפאלט מאנטאג, עשרה בטבת געפאלט פרייטאג, תענית אסתר געפאלט דאנערשטאג, תענית בכורים ווערט געפעדערט צו דאנערשטאג, און שבעה עשר בתמוז און תשעה באב געפאלן ביידע אין זונטאג.

פרשיות און הפטורות

אין א זחא יאר זענען פארהאן 51 שבתים, וואס אין דריי פון זיי טוט מען נישט ליינען א פרשת השבוע: שבת ראש השנה, דער ערשטער שבת פון סוכות[א] און שבת שביעי של פסח. אויסצוגלייכן דעם צאל פון די פרשיות געליינט אין שבת (53, וילך ווערט נישט געליינט אין אזא יאר) מיט דעם צאל פון שבתים אין וועלכע זיי ווערן געליינט (48), ווערן צאמגעשטעלט די פרשיות ויקהל-פקודי, תזריע-מצורע, אחרי-קדושים, בהר-בחוקותי, און מטות-מסעי.

פרשת וילך קומט נישט אויס אין אזא יאר, ווייל עס ווערט געליינט בעפאר ראש השנה אין פארגאנגענעם יאר און נאך ראש השנה אין קומענדיגן.

פרשיות אין וועלכע מען ליינט נישט די געווענליכע הפטורה:

אין קעגנזאץ, אין שבת פרשת מקץ איז שוין נאך חנוכה און מען ליינט די הפטורה פון מקץ, א זאך וואס פאסירט נאר אין ארום 10.1% פון אלע יארן.


לוח פון פרשיות
ספר בראשית ספר שמות ספר ויקרא ספר במדבר ספר דברים
פרשה דאטום פרשה דאטום פרשה דאטום פרשה דאטום פרשה דאטום
בראשית כ"ט תשרי שמות כ"ה טבת ויקרא ז' ניסן במדבר ד' סיון דברים ח' אב
נח ו' חשון וארא ג' שבט צו י"ד ניסן נשא י"א סיון ואתחנן ט"ו אב
לך לך י"ג חשון בא י' שבט שמיני כ"ח ניסן בהעלותך י"ח סיון עקב כ"ב אב
וירא כ' חשון בשלח י"ז שבט תזריע ה' אייר שלח כ"ה סיון ראה כ"ט אב
חיי שרה כ"ז חשון יתרו כ"ד שבט מצורע צאמגעשטעלט קרח ב' תמוז שופטים ו' אלול
תולדות ה' כסלו משפטים א' אדר אחרי י"ב אייר חקת ט' תמוז כי תצא י"ג אלול
ויצא י"ב כסלו תרומה ח' אדר קדושים צאמגעשטעלט בלק ט"ז תמוז כי תבוא כ' אלול
וישלח י"ט כסלו תצוה ט"ו אדר אמור י"ט אייר פינחס כ"ג תמוז נצבים כ"ז אלול
וישב כ"ו כסלו כי תשא כ"ב אדר בהר כ"ו אייר מטות א' אב וילך
מקץ ד' טבת ויקהל כ"ט אדר בחוקותי צאמגעשטעלט מסעי צאמגעשטעלט האזינו ח' תשרי
ויגש י"א טבת פקודי צאמגעשטעלט וזאת הברכה שמחת תורה
ויחי י"ח טבת

צו ליינען מער

דרויסנדיגע לינקס

נאטיצן

  1. אין צווייטן שבת פון סוכות, שמיני עצרת, ליינט מען פרשת וזאת הברכה אין ארץ ישראל. אויך אין חוץ לארץ גלייכט זיך אויס דער חשבון ווען מען ליינט עס א טאג שפעטער.

רעפערענצן

  1. ספר העבור, מאמר ב' שער ט'; יסוד עולם, מאמר ד' פרק י'; מפרש, אויף משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק ח', הלכה י'; טור, אורח חיים, סימן תכ"ח.
  2. נאר החא און השא זענען זעלטענער
  3. יעקב מתלון, "חזרה של קביעות השנה אחרי שלוש שנים: לוח השנה וחשבונו תוך בירור שאלת המחזוריות", אין: יסודות הלוח העברי, הוצאת לוח, תשע"ג
  4. רבי דוד הלוי העבער, שערי זמנים, סימן כ"ב
  5. לויט די אריגינעלע מנהג אשכנז, האט מען געזאגט תחנון אין פסח שני. די חילוקי מנהגים זענען געשאפן געווארן ביי די קהילות וואו עס איז געווארן איינגעפירט נישט צו זאגן תחנון.
  6. אליה רבה תקמט:ג
  7. לבוש או"ח תקמט:א