איך וואלט געוואלט פארשטיין וואס איר האט דא געטהון?
באַניצער שמועס:עברי אנכי
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
אראפגענומען די "רוי:" פון די לינקס.
לינקס ווערן אויטאמאטיש דירעקטירט אהין (אויך אן ארויסשרייבן "רוי:"). פאר אסאך סיבות קומט עס דוקא אן א דירעקטע ארויסגעשריבענע רוי:לינק (ביניהם, ווען די ארטיקל קומט אן אין מרחב ראשי וועט די לינק זיין צעבראכן)
ווי אזוי איז מען מקשר אן עס זאהל ארויף קומען דו "רוי"?
מען ברויך נישט טון גארנישט ספעציעל, עס ווערט אויטאמאטיש רעדירעקטירט צו רוי. (קוק נאך וויאזוי די לינקס קוקן אויס יעצט נאך וואס כ'האב אראפגענומען "רוי:") (אפשר קען מ:רוי געביט זיין א שטיקל הילף מיט א הסבר)
בקשר צו דעם רעדאגירונג, איך דארף מיואש ווערן אז איך שרייב נישט גוט אין יידיש?
ווייט נישט...
וועסט אפשר נישט גלייבן, אבער א גרויסע צאל ארטיקלען זענען געשריבן געווארן דורך בני א"י מיט היבש שוואכערע אידיש ווי דיר...
און בכלל איז דער עיקר די תוכן, וואס דארט ברענגט איר פיינע ווארע צום טיש.
מיין עיקר פראהבלעם איז מיט דו שרייבן, איך האב גערעדט אלע יאהרן אידיש, אבער ליינען אין שרייבן האב איך ליידער אסאך געליינט אין געשריבן אויפן טריפה שפראך...
אויב אזוי, אז דו עיקר איז דו תוכן, ברענגט דאס מיר א אפען פון חיזוק צו ממשיך זיין.
יישר כח.
זארט אייך נישט, דאס אז די שרייבט יאהר און זוהן איז דווקא א גוטע סימן, ווייל סתם א ישראלי לא היה מנחש את זה לבד....
סך הכל האבן מיר איינגעפירט דא נאכצוגיין די לעצטע טענדענצן ביי היימישע אמעריקאנער שרייבער, וואס האבן זיך געזעגנט פון די ה' און דאס גלייכן.
קיינער איז נישט ערווארטעט דאס אליין צו וויסן, (קענסט באטראכטן מיינע ערשטע טריט אויף די דאזיגע זייטל, וועסט מעגליך זיך גערקענען דערין)
בקשר צו דעם רעדאגירונג, כ'בין נייגעריג פשט אין אייערע ווערטער אינעם באמערקונג.
ווען ס'דא א ספעיס נאכ'ן = פאר'ן קעפל, ביי די "ניווא 2 קעפל" (ווי עס ווערט גערופן אין די רעדאגיר געצייגן די ==קעפל==) געשעט גארנישט, אבער ביי ניווא דריי קעפלעך (===אזאנס===) ווערט אן איבריגע ספעיס פאר'ן קעפל, און דאס איז געווען די מעשה דא.
שטומט?
מאדנע באג, יישר כח!
עברי אנכי איז פון די סודות צו אונזער סוקסעס. שטיל און פלייסיג לויפט ער פאראויס אויף אלע געביטן: רייניגונג, איבערטייטשונג און הילף, שרייבן. באמת הפלא ופלא!
מצטרף מכל הלב.
וואו איז די בּלאש עמאוזשי מוסטער? שקויעך אייך אלע, איך ווער האמבעלד ביים קריגן אזעלכע חיזוק רייד פון אזאנע ריזן ווי אייך.
ס'איז מחייב... מתי יגיעו מעשי...
בקשר צו דעם, בלויז א באמערקונג, דער ערך איז יא פארהאן אויף וויקי און איז אפילו אפן אויף המכלול העברי. ווען עס וואלט געווען עטוואס בעסער געשריבן וואלט מען עס נישט געדארפט מעקן, אבער לויט ווי שלעכט ס'איז געווען האסטו פיין געטון.
אויף וויקידאטא האב איך עס נישט באמערקט
וד' הטוב יכפר...
א דאנק פאר דיין פלייסיגקייט ביים באקוקן ארטיקלען!
לעת עתה איז כדאי אויסצולאזן די ארטיקלען וועלכע קענען גרינג ווערן איבערגעשריבן אין המכלול, צו ערזעצן די וויקיפעדישע. דאס רעכנט אריין:
- דאטומען אין אידישן לוח, ולהבדיל אין אלגעמיינעם
- יארן אין אידישן לוח, ולהבדיל אין אלגעמיינעם
- טעג פון דער וואך
- נומערן
- אותיות, און להבדיל בוכשטאבן
די ארטיקלען פארמאגן געווענליך נישט תוכן פסול ממש, און אפילו ווען זיי זענען פיצל אדער אומענציקלאפעדיש קען מען זיך נישט ערלויבן זיי צו מעקן. זיי קענען גרינג ווערן געשריבן פונדאסניי אין א פאראייניגטע פראיעקט, אלע אויפאמאל, צו שאפן א ריבוי כמות פון אריגינעלע ארטיקלען דאהי.
און א דאנק נאכאמאל!
אויסלאזן הייסט מ'זאל נישט אראפנעמען קאט:אומבאקוקט? אדער מ'זאל עס אראפנעמען אן צולייגן צופיל תשומת לב?
אז מ'זאל בעסער אין די צייט דורכקוקן א צווייטע ארטיקל, אויב מעגליך.
צוויי סיבות פארוואס ס'איז גרינגער יא צו באקוקן...
- עס קומט ארויף אין דף אקראי...
- דערווייל איז עס נאך אין קאט:אומבאקוקט...
- (עס נעמט נישט אזוי לאנג סייווי)
אפשר זאל מען אראפנעמען אלע יענע ארטיקלען פון אומבאקוקט?
אויב איז די שאלה צווישן דאס טון און גארנישט, איז עס אוודאי אסאך בעסער ווי גארנישט... אבער אין אנדערע פעלער לוינט זיך לכאורה די סעקונדע וואס נעמט צו דרוקן נאכאמאל אויף דף אקראי, אנצוקומען צו א צווייטע סארט בלאט. (חוץ אויב דער דאטום בלאט איז אזוי קליין אז עס נעמט אויך בלויז א סעקונדע, גייט שוין אריין אין די סוגיא פון אי אפשר לצמצם). איך טייל נישט איין, און אויב איז געשמאקער אזוי דאן גיי אן!
אראפנעמען אלע יענע ארטיקלען איז לכאורה נישט קיין עסק ווילאנג דער פראיעקט איבערצושרייבן אלע אזעלכע ארטיקלען איז אין פולן שוואונג. מיר ווילן נישט פארלירן חשבון אויף די אומבאקוקטע אן קיין גרייטע ערזאץ.
נענתי לבקשתך 😋
כל הכבוד!
איך וואלט זייער געוואלט שוין האלטן ביי די פאזע ווען מען זיצט און שרייבט געשמאקע ארטיקלען. האפנטליך קומענדיגע וואך וועל איך לפחות א בליק טון.
דערווייל קען איך נאכנישט דאס וואס עטץ גיבט'ס זיך יעצט אפ מיט. פרוביר איך צו טון מיין חלק...
זייער גוט טוסטו! יעדער וואס ער קען, ווען ער קען, וויפיל ער קען.
עס איז לכאורה כדאי אריבערצורוקן צו טיוטה:חוה, אז די וועלכע ווילן דורכגיין און בארייכערן אלע דרעפטס זאלן קענען גרינג אנקומען דערצו. דאס איז אין מיין פלאן, בקרוב בעז"ה.
טיוטה: אדער דרעפט:?
טיוטה:
דרעפט: ארבעט (נאך) נישט, עס ווערט א געהעריגע ארטיקל מיט'ן נאמען "דרעפט:חוה"...