בקשר צו דעם רעדאגירונג, ס'איז אנגענומען אין ויקיפדיה (און דאדורך אין מכלול העברי) עס צו מאכן פון רעכטס צו לינקס. אויף דעם בלאט צוויי שורות ארויף איז אויך אזוי.
באַניצער שמועס:שווערמער
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
ע:המכלול:לשון#מספרים - פונקט קאפויער
דהיינו מכלול האט געטוישט פון ויקיפדיה. נישט געוואוסט דערפון. אבער מיט'ן קו מפריד זענען זיי יא פאראייניגט צו ניצן – אנשטאט -.
דאס איז בעצם א שאלה וואס האט מיט א ספעציפישע שפראך, און דער מנהג אין עברית איז נישט מוכיח אויף אידיש. אלזא, וויאזוי שרייבט מען עס אין היימישע אידיש?
אזוי די צוגענגליכע טעקסט עדדיטערס (word, google docs) מאכן דאס - ווי אין המכלול
זע אין המכלול בד"ש, אז דאס איז אויך בעצם געווען די סיבה דארט
דאס האט גארנישט מיט'ן טעקסט עדיטאר, נאר מיט'ן קו מפריד וואס מ'נוצט. 245-249 אדער 245–249. אזוי איז לכאורה ביי אלע עדיטארס (געקוקט אויף גוגל דאקס). דער פראבלעם איז אז דער "–" קו מפריד איז אביסל באהאלטן אינעם קלאוויאטור (Alt+=). דעריבער נוצט דער עולם דעם אונטער-מקף אנשטאט.
זאל זיין.
איין שטארקע נקודה איז די פאל ווען מ'שרייבט אזוי 2020-24 וואו 2020–24 טויג עפעס נישט.
דאס ניצן אן ען-דעש פאר דער צוועק איז לאו דווקא ריכטיג, פארהאן פארשידענע דעות דערין ואכמ"ל.
מען מוז עס אבער ניצן ביי פונקטירונג ווען – מען שרייבט אזוי.
בקשר צו דעם רעדאגירונג, איך מיין אז דאס איז א קפידא פון העברי, סאיז בעסער דאס צו לאזן פאר זיי... ביי אונז היימישע אידן האט דאס טיטל א משמעות, נאך פון אפטאר רב'ס צייטן... און אויב סאיז נישט ריכטיג אז ער איז דער זקן, ווער דען? סטריזשעוו?
עס מיר מוזן מוחל זיין, אבער עס האט נישט קיין שום משמעות!
אפטער רב איז איין זאך, און גרויסע אידן האבן זיך דאן אזוי באצויגן צו אים. היינטיגע צייטן איז די גאנצע רייד איבער דער זקן האדמו"רים א משוגעת פון צייטונג שרייבער און קול בחצרות. עס האט נישט עקזיסטירט מיט קארגע 5 יאר צוריק, און עס שטאמט נישט פון אפטער רב'ס צייטן.
עס איז געגאנגען ווילד אין די לעצטע צייט, ווען פארשידענע חברה זענען פארנומען נאך יעדע לווי' צו טרעפן און באטיטלען דעם קומענדיגן זקן האדמו"רים. דער טיטל מיינט גארנישט און זאגט גארנישט און טוט גארנישט.
סטריזובער רבי איז גראדע טאקע אן עלטערערר איד, און האדמו"ר מבית חיים יהושע איז נישט יונג, און עס זענען לכאורה דא נאך.
קען זיין. איך דינג זיך נישט.
איך בין נישט אזוי זיכער טאמער הגה"צ רבי יעקב יוסף האלבערשטאם איז טאקע עלטער (זיי זענען גראדע קאזענס...)
(לאמיר טראכן, וואלסטו געריבן אויפ'ן סקולענער "האט געדינט אלס/געווען דער 'זקן האדמו"רים' אין די יארן כו'-כו'". ניין. פארוואס נישט? טראכט דערוועגן.)
ווי קען איך שאפען אלע סקריפטים וואס איך האב אין דעם עברי זאהל איך דאס האבן אויכט דא? איינער קען מיר דאס טוהן, עס איז מיר פשוט שווער צו ארבעטן אן דעם. א דאנק.
גענוי ווי מען טוט דאס אין העברי, נישטא קיין חילוק
דהיינו דא
איך האב אלעס אריבער געפירט, אבער משום מה זעה איך נישט דא אפשען פון "הודעה לעריכה" נאך א גרסה. וואס איז פשאט?
און אויכט דעם אפשען פון "המרת הערת שוליים" זעה איך נישט.
הודעה לעריכה איז ביי אונז ביי באַניצער:גאון הירדן/הודעה למשתמש.js, דהיינו איר דארפט אראפנעמען דעם ווארט "בוט". המרת הערת שוליים, ווייס איך נישט וואס דאס איז.
איצט זע איך ע:משתמש:איסתרק/המרת הערות.js. דאס איז נישט דא ביי אונז דערווייל. דאכט זיך אז דער טשעקטי "בדיקה" קנעפל טוט דאס שוין טיילווייז.
מוז נישט זיין עס ארבעט דא.
עכ"פ איז עס א טעכנישע פראבלעם, וואס פארדעם וועט מען זיך ווענדן צו צמא לדעת
אסאך פון די סקריפטס זענען פארהאן ביי אונז לאקאל, געווענליך פארבעסערט אדער מער צוגעפאסט צום היזיגן באניץ, ווי תנא קמא האט שוין אנגעמערקט. אין דעם פאל, מאכט זיכער צו ניצן דעם לאקאלן נאמען.
ווען איר ווילט ניצן א סקריפט פון המכלול העברי דייקא, דארפט איר עס שרייבן אביסל אנדערש. זעט וויאזוי איך האב געטוישט ביי אייער בלאט לגבי המרת הערות.
(אויב איז פארהאן א סקריפט וואס איר ווילט בעסער האבן לאקאל, קענט איר בעטן דא).
וואס הערט זיך הרב שווערמער, ס'איז אזוי אנגענעם צו ארבעטן צוזאמען מיט אייך.
איך האב נאר געוואלט פרעגן בקשר לעריכה זו, עס שטייט דאך אז עס האט נישט קיין מקור, איר ווילט א מקור אויף דעם אז עס האט נישט קיין מקור?! אתמהה.
איך פארשטיי באמת נישט דיין פראגע: אויב האט עס נישט קיין מקור וועם איז איינגעפאלן עס צו שרייבן דא?
אלא מאי, ס'האט יא. נאר יענע מקור איז שוואך. וואס איך זוך איז: א. דער שוואכע מקור. ב. א מקור אז יענער איז שוואך.
מובן?
איך וועל אייך מסביר זיין: איך ווייס נישט אוואו אויף די וועלט איר געפונט זיך, אבער אין ירושלים ווייסט יעדער איינער אז פאר י"א חשוון דרייט זיך איבער די שטאט און עס הענגט צעטלעך אין אלע גאסן "עולו ואתכנשו להילולא דבנימין בן יעקב ברח' שטראוס", און יענער קערט איבער אז די קבר פון בנימין איז דארט אוואו ס'איז אמאל געווען א אראבישע דז'אמע. עכ"פ ווען מען שרייבט "דאס האט נישט קיין מקור" מיינט מען נישט צו זאגן אז מען טרעפט נישט קיין מקור, נאר אז די גאנצע מעשה הייבט זיך אן פון די לעצטע פאר יאר, און קיינער פון די פריערדיגע צייכנט נישט דעם פלאץ אלס קבר בנימין.
אויב ווילט איר עפעס א שוואכע מקור: דער רבי פון פוריסוב און המקובל ר' אביש ציינווירט שטימען מיט אז דארט איז טאקע די קבר (ס'איז געשטאנען ביז לעצטנס אין העברי).
בתוך עמי-ריקא אנוכי יושבת.
אויב איז עס טאקע אזוי באקאנט ווי אז פאריז איז דער הויפטשטאט פון פראנקרייך, דאן קענסטו עס לאזן אנע מקור.
לגבי דער צווייטער חלק איז ראטזאם צו האבן עפעס א געשריבענע צעטל אינדרויסן פון א פארום - אויב מעגליך.
פארהאן א פארברייטערטע שמועס דערוועגן אויף אייוועלט, גראדע דא דארט א הכחשה פון בן האדמו"ר מפוריסוב איבער זיין טאטע'ס הסכמה. ועיי"ש. עברי אנכי (שמועס) 15:30, 21 נאוועמבער 2023 (UTC)
נו, איז די מקור נאר נאך שוואכער.
בלויז א טעסט, אבער יא, "אמ" איז א קיצור פאר "אקטיווע מכלולאים", ניצט מיט הנאה!
געציילטע הבהרות. תודה רבה!
א גאלדענער מעדאל אויף די פיר תקופות! |
שלום עליכם טייערער באניצער, ברוך בואך צום אידישער המכלול! | |||||||||||||
|
|
כוכב הכותבים | |
פאר'ן מלאך העומד על ראשינו און שרייט: נעמט אייך שרייבן! און ער באווייזט עס טאקע אויך למעשה - מיט וויכטיגע, נישט-גרינגע ארטיקלען, געשריבן אויף הויכע קוואליטעט אן פשרות. כה לחי! — צמא לדעת • שמועס • י"ח טבת ה'תשפ"ג 00:05, 11 יאַנואַר 2023 (IST) |
יגעת ומצאת!
כותב הכוכבים! חילך למכלולתא! תקיפא דמכלולאי!
(וואס?!)