אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:טשערנאביל (חסידות)"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "ש"ם" ב־"ש"מ")
ק (תנא קמא האט אריבערגעפירט בלאט רוי:טשערנאבילער גזע צו רוי:טשערנאביל (חסידות))

רעוויזיע פון 05:33, 24 יולי 2023

טשערנאביל אין דער רוסלענדישער אימפעריע (היינט אוקראינע), איז א באקאנטע שטאט אין די חסידישע קרייזן, וואס דארט האט געוואוינט רבי מנחם נחום טווערסקי זצ"ל באקאנט אלס דער מאור עינים, דער גרינדער פון דער טשערנאבילער דינאסטיע. עס איז באקאנט אז אין רוסלאנד און פוילן פאר דער ערשטער וועלט קריג זענען געווען מער ווי א האלב מיליאן חסידים וואס האבן אנבאלאנגט צו די הויפן פון דער טשערנאבילער גזע.

דער טשערנאבילער בוים

רבי מנחם נחום טווערסקי (ה'ת"צ - י"א חשוון ה'תקנ"ח) פון טשערנאביל, דער מאור עינים.

טשערנאבילער צווייג

אהרן טווערסקי (ה'תקמ"ד - ח' כסלו ה'תרל"ב), פון טשערנאביל

פון ערשטן זיווג, א טאכטער פון רבי גדליה פון ליניץ
פון איר ערשטן זיווג:
פון איר צווייטן זיווג:
  • רבי מנחם נחום גאטליב פון לודמיר. ער האט געהייראט מרת מינטשע א טאכטער פון רבי מנחם מאניש מרגליות, רב אין מאציעוו.
  • רבי יוסף פון בערעזנא.
פון צווייטן זיווג, א טאכטער פון רבי צבי פון קאריסטשאוו
  • די ווייב פון רבי דוד פון סאווראן ( - ז' חשוון ה'תרע"ג), א זון פון רבי שלמה פון סאווראן, א זון פון רבי משה צבי פון סאווראן.
פון צווייטן זיווג מרת שיינדל, א טאכטער פון רבי דוד האראדעצקי, אן איידעם פון רבי מאטעלע טשערנאבילער.
      • מרת פייגא, די ווייב פון רבי שלמה טווערסקי, פון סקווירא.
      • רבי נחום אהרן רוקח, פון מאגאראוו
  • רבי ישעיה משולם זושא טווערסקי (תקע"ד - כ"ח תמוז ה'תרמ"א), מגיד פון טשערנאביל.
פון זיין ערשטן זיווג מרת שיינא צביה, א טאכטער פון זיין פעטער רבי מנחום נחום פון מאקאראוו, האט ער נישט געהאט קיין קינדער.
פון זיין צווייטן זיווג , א טאכטער פון רבי פינחס שפירא פון סלאוויטע:
פון זיין דריטן זיווג מרת שרה שיינא, א טאכטער פון רבי נפתלי צבי פון טיטיעוו א זון פון רבי אהרן פון טיטיעוו:
  • מרת יוכבד, די ווייב פון רבי נחום יוסף טווערסקי פון קאריסטשאוו, א זון פון רבי מרדכי טווערסקי פון קאריסטשאוו.
  • מרת נחמה אדל, די ווייב פון רבי שלמה שמואל טווערסקי, א זון פון איר פעטער רבי ברוך אשר טווערסקי
  • רבי שלמה בנציון טווערסקי (ה'תר"ל - ח' תשרי ה'ת"ש), פון טשערנאביל.
  • רבי יעקב ישראל טווערסקי, פון טשערנאביל - בארא פארק
  • די ווייב פון רבי יצחק טווערסקי פון קעשענאוו, א זון פון רבי דוד טווערסקי פון סקווירא.

קאריסטשאווער צווייג

רבי משה טווערסקי (ה'תקמ"ט - י"ח טבת ה'תרכ"ו), פון קאריסטשאוו.

  • רבי יצחק אברהם משה טווערסקי.
  • מרת שרה חיה,

בז"ש האט רבי משה געהייראט א טאכטער פון רבי צבי אריה לנדא ( - י"א תשרי ה'תקע"ב), פון אליק.

טשערקאסער צווייג

רבי יעקב ישראל טווערסקי (ה'תקנ"ד - י"ג אלול ה'תרל"ו), פון טשערקאס.

  • מרת אדל
  • מרת חישא ברכה

מאקאראווער צווייג

Postscript-viewer-blue.svg מאקארוב (חסידות)

מנחם נחום טווערסקי (ה'תקס"ה - ז' תשרי ה'תרי"א), פון מאקאראוו.

טוריסקער צווייג

פאר דער צווייטער וועלט מלחמה איז טריסק געווען א גרויס חסידות, מיט צוואנציג טויזנט חסידים. דער גרונט ספר פון טריסקער חסידות איז "מגן אברהם" פון רבי אברהם, דער טריסקער מגיד.

אברהם טווערסקי (ה'תקס"ו - ב' תמוז ה'תרמ"ט), פון טוריסק. ער האט געהייראט מרת ריקל, א טאכטער פון רבי יעקב אריה לייב שפירא, פון קאוולע, א זון פון רבי מרדכי שפירא פון נעשכיז, באקאנט אלס רבי מאטעלע נעשכיזער.

  • רבי חיים מנחם אברהם טווערסקי פון טריסק.
  • רבי פנחס טווערסקי.
  • מרת שיינא רייזא, די ווייב פון רבי אפרים מרגליות, א זון פון הרב חיים מרדכי מרגליות, דער שערי תשובה בז"ר.
  • מרת מינטשע די ווייב פון רבי שמואל העשל, פון זשינקאוו.
  • מרת מלכה, די ווייב פון רבי אפרים מרגליות, א זון פון רבי חיים מרדכי מרגליות, דער שערי תשובה בז"ש.
  • מרת יוכבד, די ווייב פון רבי משה טווערסקי, פון קאריסטשאוו, א זון פון איר פעטער רבי מרדכי טווערסקי.
  • מרת גיטל, די ווייב פון רבי מנחם נחום טווערסקי, פון מאקאראוו.
  • מרת פייגא, די ווייב פון רבי דוד טווערסקי ( - כ"ד חשוון ה'תרס"ג), פון מאקאראוו, א זון פון איר שוועסטער-קינד רבי יעקב יצחק טווערסקי, פון מאקאראוו.

טאלנער צווייג

דוד טווערסקי (ה'תקס"ח - י' אייר ה'תרמ"ב), מגיד אין טאלנא.

  • מרת ציזע, די ווייב פון רבי חיים מאיר היילפרין פון בארדיטשוב.

סקווירער צווייג

Postscript-viewer-blue.svg סקווירא (חסידות)

רבי יצחק טווערסקי (ה'תקע"ב - י"ז ניסן ה'תרמ"ה) פון סקווירא.

פון זיין ערשטען זיווג א טאכטער פון רבי דן יונגערלייב פון ראדוויל.
  • רבי אברהם יהושע העשיל טווערסקי ( - ג' כסלו ה'תרמ"ז), פון סקווירא. ער האט געהייראט בז"ר א טאכטער פון רבי שמואל אשכנזי, בז"ש א טאכטער פון רבי יוסף זילבערפארב.
פון צווייטן זיווג מרת חיה מלכה א טאכטער פון דעם הייליגן רוזשינער האט ער נישט געהאט קיין קינדער.
פון דריטן זיווג א טאכטער פון רבי נפתלי צבי פון טיטוב א זון פון רבי אהרן פון טיטוב

רחמיסטריווקער צווייג

Postscript-viewer-blue.svg רחמיסטריווקא (חסידות)

רבי יוחנן טווערסקי (ה'תקע"ו - ד' ניסן ה'תרנ"ה), פון רחמיסטריווקא.

  • רבי זאב וואלף (וועלוועל) טווערסקי (ה' אדר ה'תר"י - כ' ניסן ה'תרצ"ז), פון רחמיסטריווקא ירושלים. ער האט געהייראט מרת בת שבע, א טאכטער פון רבי ישעיה משולם זושא טווערסקי, פון טשערנאביל
  • די ווייב פון רבי מרדכי טווערסקי פון שפיקאוו.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!