ז' חשון
(אַריבערגעפירט פון ז' חשוון)
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
| |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
אין יאר ה'תשפ"ד איז נישט פארהאן קיין ל' חשון
| |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
|
ז' חשון איז דער זיבעטער טאג פונעם צווייטן חודש אין די אידישע יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער זיבעטער טאג פונעם אכטן חודש ציילנדיג פון ניסן.
קביעות פון יאר | טאג | סדרה |
---|---|---|
זשה זחא זשג זחג |
זונטאג | לך לך |
בשה בחה בשז בחג |
דינסטאג | לך לך |
גכה גכז |
מיטוואך | לך לך |
הכז השא החא השג |
פרייטאג | לך לך |
חגים וזמנים
- מען הייבט אן בעטן אויף רעגן אין ארץ ישראל
- "תענית צדיקים", ווייל אין דעם טאג האט מען אויסגעשטאכן די אויגן פון צדקיהו און אומגעברענגט זיינע קינדער[1]
געשעענישן
- ג'של"ט – די בבלי׳שע קרעפטן פארכאפן צדקיהו, מאכן אים בלינד און שחט׳ן זיינע זין[1]
- ה'תרל"ט – קומען אן די ערשטע קאלאניסטן פון ירושלים צום געגנט וואס וועט שפעטער ווערן פתח תקוה
- ה'תרמ"ד – די ערשטע פעלדער פון מזכרת בתיה ווערן איינגעהאנדלט
- ה'תרס"ו – ארום אכציג אידן ווערן אומגעברענגט אין א פאגראם אין יאקטערינעסלאוו
- ה'תש"א – חורבן אייראפע: ערשטע ליקווידאציע אקציע אין באלחוב
- ה'תש"ב – חורבן אייראפע: ארום 9,200 אידן פון קאוונער געטא ווערן אומגעברענגט אין ניינטן פארט
- ה'תש"ד – חורבן אייראפע: קינדער אקציע אין שאוולער געטא
- ה'תשט"ו – די תל אביב צענטראל באן סטאנציע ווערט געעפנט
- ה'תשל"ג – רבי עובדיה יוסף און הרב שלמה גורן ווערן אויפגענומען אלס רבנים ראשיים אין מדינת ישראל
- ה'תשס"ו – דער קבר פון רבי כלפון משה הכהן, פון די גרויסע רבנים פון טוניסיע, ווערט ארויפגעברענגט קיין ירושלים
געבוירן
- ה'תקצ"ג – רבי חיים חזקיהו מדיני, מחבר פון "שדי חמד", רב אין קרים און חברון (נפטר ה'תרס"ה)
- ה'תרנ"ה – הרב אברהם נשר אדלער, רב פון די בית יעקב און מחנה יהודה קווארטלען אין ירושלים, מחבר פון ספר "כנפי נשרים" (נפטר ה'תשכ"ט)
- ה'תרנ"ו – לוי אשכול, פרעמיער מיניסטער פון מדינת ישראל (געשטארבן ה'תשכ"ט)
- ה'תרע"ו אדער ה'תרע"ז – רבי מרדכי גיפטער, ראש ישיבת טעלז אין די פאראייניגטע שטאטן (נפטר ה'תשס"א)
- ה'תרפ"ד – רבי משה יעקב ווייס, דער רב פון די נוה אחיעזר געגנט אין בני ברק (נפטר ה'תשע"ב)
- ה'תרצ"א – רבי יעקב מאיר שעכטער, א בארימטער משפיע און מקובל, און פון די פירער פון ברסלב
- ה'תשט"ו – הרב אלימלך פירער, מנהל פון "עזרה למרפא" און מעדיצינישער עסקן און עצה-געבער
- ה'תשל"ו – רבי אהרן מרדכי רוקח פון בעלזא
יארצייטן
- ה'תר"ח – רבי יהודה צבי הירש אייכנשטיין פון ראזלא, אן אדמו"ר פון די זידיטשובער גזע (געבוירן ה'תקנ"א)
- ה'תרכ"ו – רבי נתן דוד ראבינאוויטש פון שידלאווצע, אן אדמו"ר פון די פשיסכער גזע (געבוירן ה'תקע"ד)
- ה'תרל"א – רבי צבי הירש לייבל פון טאמאשאוו, א תלמיד און משמש פון דער אלטער קאצקער רבי (געבוירן ה'תקנ"ט)
- ה'תר"נ – רבי יוסף שפירא פון בלאזשאוו (געבוירן ה'תרכ"ח)
- ה'תרס"ב – רבי שמואל זאנוויל קלעפפיש, דער ראב"ד פון ווארשע, א צענטראלער ראש ישיבה און פוסק[2]
- ה'תרס"ו – רבי ירחמיאל צבי ראבינאוויטש פון שעדליץ (געבוירן ה'תרל"ח)
- ה'תרע"ג – רבי דוד גוטערמאן פון סאווראן
- ה'תר"צ – רבי יוסף לייב בלאך, רב און ראש ישיבת טעלז (געבוירן ה'תר"כ)
- ה'תרצ"ד – רבי מאיר שפירא, רב פון לובלין, ראש ישיבה פון ישיבת חכמי לובלין, און גרינדער פון דף היומי (געבוירן ה'תרמ"ז)
- ה'ת"ש – רביצין חנה ברכה שפירא, די פרוי פון רבי אלימלך שפירא פון גראדזיסק, וועלכע האט אליין געפראוועט רביסטעווע
- ה'תש"ג – רבי חנוך העניך דוב מייער, רב אין סאסוב און קערעצקי, איידעם פון רבי חנניה יום-טוב ליפא טייטלבוים (געבוירן ה'תרמ"ד)
- ה'תשי"ז – רבי אברהם ישראל משה סאלאמאן, דער כארקאווער רב, מחבר פון די סעריע ספרים "נתיבות הקודש" (געבוירן ה'תרמ"ג)
- ה'תש"ל – רבי ברוך טאלידאנא, הלכה'דיגער פארשער און אב בית דין אין יפו (געבוירן ה'תרמ"ג)
- ה'תשל"ד – רבי ישראל וועלץ ראב"ד פעסט און א דיין אין ירושלים (געבוירן ה'תרמ"ז)
- ה'תשע"ט – יעקב וויינראט, א בארימטער חרדישער אדוואקאט אין מדינת ישראל (געבוירן ה'תש"ז)
רעפערענצן
- ↑ 1.0 1.1 מגילת תענית פרק ח', לויט ווי געברענגט אין שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תק"פ, סעיף ב'. לויט די גירסא פון בה"ג, געברענגט אין משנה ברורה, סימן תק"פ, סעיף קטן י"א, איז עס א טאג פריער.
- ↑ לויט אנדערע, איז ער נפטר געווארן ו', ט' אדער י' חשון.