רוי:רבי יוסף שפירא
רבי יוסף שפירא זצ"ל (ה'תרכ"ח - ז' חשוון ה'תר"ן), פון בלאזשאוו.
אפשטאם
רבי יוסעלע איז געבוירן אין יאר ה'תרכ"ח, צו זיין פאטער הרב צבי אלימלך שפירא, רב אין בלאזשאוו, א זון פון הרב רבי דויד שפירא, רב אין דינאוו, א זון פון הרב רבי צבי אלימלך שפירא, דער בני יששכר. און צו זיין מוטער מרת שרה, א טאכטער הרב רבי משה הורוויץ, רב אין ראזוואדאוו.
רבנות
רבי יוסעלע איז געווען אן אנגעזעהנער תלמוד חכם, אין יאר ה'תרמ"ז איז רבי יוסעלע קראנק געווארן און פארבליבן געלעמט אויף א האלבן קערפער.
הסתלקות
רבי יוסעלע איז נפטר געווארן זייער יונג אין עלטער פון צוויי און צוואנציג יאר ז' חשוון ה'תר"ן.
פאמיליע
רבי יוסעלע האט געהייראט מרת חיה מינדל, א טאכטער פון הרב מאיר משולם שפירא פון לאנצהוט, זייער טאכטער:
- מרת באשא הי"ד, די ווייב פון הרב מאיר שפירא הי"ד (ה'תרמ"ד (אומגעפער) - ה'תש"ב (אומגעפער) ), דער לעצטער רב אין בלאזשאוו,
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!