רוי:צדקיהו

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
צדקיהו מלך יהודה

צדקיהו, א זון פון יאשיהו מיט "חֲמוּטַל בַּת-יִרְמְיָהוּ" און א פעטער פון יהויכין, איז געווען דער 20סטער און לעצטער קעניג אויף מלכות יהודה אין פארלויף פון 11 יאר אין ירושלים. ער איז געווארן קעניג אין יאר ג'קס"ד. ער איז געווארן קעניג ווען ער איז געווען 21 יאר אלט.

לויט ספר מלכים איז ער געווען שלעכט און געזינדיגט פאר גאט פונקט ווי יהויקים.

ער איז באקרוינט געווארן אלץ קעניג דורך דער קעניג פון בבל. פאר ווען ער איז געווארן קעניג האט ער געהייסן מתניהו אבער דער קעניג פון בבל האט אים געטוישט זיין נאמען צו צדקיהו.

אין יאר ג'קע"א האט צדקיהו מורד געווען קעגן נבוכדנאצר דער קעניג פון בבל, נבוכדנאצר באלאגערט ירושלים, און אין יאר ג'קע"ג האט ער פארוואנדערט כמעט אלע אידן פון מלכות יהודה און פארברענט דער בית המקדש (נאך וואס ס'איז געשטאנען 410 יאר). נבוכדנאצר האט געפסקנט (און אויסגעפירט) מען זאל הרגענען צדקיהו'ס קינדער קעגן די אויגן פון צדקיהו און דערנאך אויסהאקן צדקיהו'ס אויגן און אים בריינגען קיין בבל.


נאך וואס די בבלים האבן געהרגעט צדקיהו האט נבוכדנאצר באשטימט גדליהו זאל זיין דער פירער פון די אידן וואס זענען געבליבן אין יהודה.


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!