רוי:יהודה אריסטובולוס דער צווייטער

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

יהודה אריסטובולוס דער צווייטער, איז געווען דער יונגערער זון פון אלכסנדר ינאי, און פון שלומציון המלכה. און נאכן טויט פון זיין מאמע, געקעניגט איבער ארץ יהודה, און געווען כהן גדול, פאר פיר יאר פון 67 ביז 63 איידער די קריסטליכע רעכענונג. געבוירן אין יאר 100 געשטארבן יאר 49 איידער די קריסטליכע רעכענונג.

שלומציון האט געוואלט אז יוחנן הורקנוס דער צווייטער, זאל איבערנעמען די קעניגרייך, און די כהונה גדולה, אבער צו יענע צייט איז זי קראנק געווארן, און אריסטובולוס מיט זיינע פריינט האבן געדינגען א מיליטער, און זיך געקרוינט אלס נייע קעניג. שלומציון האט געהאט אין פלאן אים צו רופן צו בית דין, אבער זי איז געשטארבן. און א בירגער קריג האט אויסגעבראכן.

אין די געגנט פון יריחו, איז פארגעקומען א קאמף, צווישן די צוויי קריגערישע זייטן, אריסטובולוס האט געזיגט, און הורקנוס איז אנטלאפן קיין ירושלים, און דארט האט ער זיך אונטער געגעבן. אריסטובולוס, האט פארגעזעצט איינצונעמען געגנטער, און האט אויך אויפגעשטעלט א ים פלאט, וואס איז געווען געשטעלט איינצוקאסירן שטייערן, פאר אימפארט.

הורקנוס האט געהאט א פריינט אנטיפטרוס, דער פאטער פון הורדוס, און ער האט פארגעשלאגן צו הורקנוס, ארויסצוגיין אין א קריג קעגן זיין ברודער, אויך האט ער אים פארשאפט סאלדאטן, וואס האבן אטאקירט יהודה. זיי זענען אנעקומען אויף ירושלים, די גמרא דערציילט די מעשה אין צוויי נוסחאות. די כהנים האבן פארגעזעצט די עבודה, און נישט האבנדיק שעפסן פאר קורבנות, האבן זיי אראפגעשיקט גאלד, און צוריק באקומען א שעפס, ביז איין טאג האבן זיי ארויפגעשיקט א חזיר.

שפעטער איז אנגעקומען קיין סיריע, א גענעראל מיטן נאמען סקווארוס, וואס נאכן באקומע שוחד פון אריסטובולוס, האט ער זיך אנגענומען פאר אים, און האט באזיגט די ארמיי פון זיין ברודער.

דערנך איז אנעקומען די קאמאנדיר פון סקווארוס, פאמפאיוס, וואס ער האט גענויגט צו הורקנוס' זייט.

אריסטובולוס זענדיק צו וועמען פאמפאיוס איז גענויגט, איז אנטלאפן קיין ירושלים, און זיך דארט באפעסטיקט, פאמפאיוס איז געווארן אויפגערעגט, און גענומען זיין מיליטער, און ארויף קיין ירושלים. אריסטובולוס האט פארשפראכן, צו געבן אלע פעסטונגען פון יהודה, און איבערגעבן די שטאט ירושלים, פארן רוימישן גענעראל, ער האט אבער גארנישט געגעבן. אנקומענדיג קיין ירושלים, האבן די אידן געעפנט די טויערן, און ער איז אריין אין שטאט, ער איז געגאנגען צו די בית המקדש, אריין אין די קדשי קדשים, ווי ער האט גאנישט צוגערירט, אבער זיין ארמיי האט אומגעברענגט די כהנים אינמיטן די עבודה, 12,000 אידן זענען דעמאלט אומגעקומען.

די העלעניסטישע שטעט, זענען אוועק גענומען געווארן פון יהודה, און די איינציגסטע פלאץ וואס איז געבליבן, אונטער יהודה הערשאפט איז געווען די גליל.

אריסטובולוס איז גענומען געווארן אין געפענגעניש, און געברענגט געווארן צו רוים, זיין זון אלכסנדר דער צווייטער, איז אנטלאפן פון די געפענגעניש, און צוזאמען גענומען סאלדאטן, און אנגעפאנגען אן אויפשטאנד, וואס האט זיך געענדיגט גאר שנעל, און אלכסנדרוס האט זיך אונטערגעגעבן. אריסטובולוס, איז אויך אנטלאפן פון געפענגעניש, און אויך פרובירט נאכאמאל אנצופאנגן אן אויפשטאנד, ער איז גענומען געווארן אין געפענגעניש נאכאמאל, נישט איידער עס זענען אומגעקומען נאך עטליכע טויזנט אידן.

נאך אן אויפשטאנד פון אלכסנדרוס, האט זיך געענדיגט אויפן זעלבן וועג.

אין רוים איז ארויף יוליוס קייסער, וואס האט געוואלט אז אריסטובולוס זאל צוריק אויף צום מלוכה, און האט אים געשיקט קיין ארץ ישראל, אבער פאמפאיוס שטיצער האבן אים פארסמט, און ער איז געשטארבן, זיין זון אלכסנדוס איז אויך דעמאלט געשטארבן.

אריסטובולוס האט געהאט נאך א זון, מיטן נאמען מתתיהו אנטיגונוס דער צווייטער, וואס ער האט נאך אסאך אנגעדרייט וועגן די מלוכה.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!