אלעזר חורן

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
"די העלדישקייט פון אלעזר", אן אויסגעשניצטע פלאטע אין די מאקלין תנ"ך (1815), נאך א מאלעריי פון פיליפ דזשעימס דע לוטערבורג.

אלעזר חורן, (אדער החורני. גריכיש: Αυραν "אַווראַן") איז געווען דער פערטער זון פון מתתיהו און דער אינגערער ברודער פון יהודה המכבי. ער איז געפאלן אין דער שלאכט פון בית זכריה (ספר מקבים א, פרק ו', פסוקים ל"ב–ל"ג) דורכאויס דער חשמונאישער רעוואלט.

צונאמען

אלע מיטגלידער פון דער משפחה פון מתתיהו הכהן האבן באקומען צונעמען אין צוגאב צו זייערע פּערזענליכע נעמען. אלעזר'ס צונאמען ערשיינט אין די גריכישע אריגינאל פון ספר מקבים אלס Αυραν ("אַווראַן")[1]. אין דער סירישער איבערזעצונג שטייט זיין נאמען מיט א ח', חורן, און מעגליך אז אזוי איז עס געווען אין די אריגינעלער לשון קודש. טייל האלטן אז זיין צונאמען שטאמט פון חור ("א לאך"), געגעבן אין באצוג צו זיין דורכשטעכן דעם גוף פון אן עלעפאנט. אוריאל ראפפורט טענה'ט אבער אז דער נאמען איז אים צוגעטיילט געווארן בחייו[2]. אנדערע פארשלאגן זענען 'א ווייסער', צוליב זיין ליכטיגן הויט-קאליר[3]. עס איז אויך מעגליך אז אין לשון קודש איז זיין נאמען געווען מיט ען ע' (עורן), פון דער שורש "ער" (וואַך, קרעפטיג)[4].

שלאכט און אומקום

טויט פון אלעזר (אילוסטראציע פון גוסטאַוו דאָרע)

ווייניג איז באקאנט איבער אלעזר און זיין ראלע אין דער קריג פון די חשמונאים. לויט מגילת אנטיוכוס, האט זיין טאטע, ביים ארויסשיקן די ברידער אין קריג, אים צוגעגליכן צו פינחס בן אלעזר "וואס האט מקנא געווען קנאת ה' און געראטעוועט די אידן"[5]. אין ספר מקבים ב, פרק ח', פסוקים כ"א–כ"ג, ווערט דערציילט אז יהודה האט באשטימט אלעזר צו ליינען אין די תורה פארן פאלק גלייך פאר דער לעצטער שלאכט האט זיך אנגעהויבן, אבער מעגליך אז די גירסא דארט דארף זיין עזרא אנשטאט אלעזר[2].

ביי דער סעלעווקידישער אטאקע אין דער שלאכט פון בית זכריה אין ג'תקצ"ט, 162 פצ"ר[6], האט אלעזר געזען אן עלעפאנט וואס ער האט געמיינט טראגט דעם סעלעווקידישן קעניג אנטיוכוס דער פינפטער, צוליב דעם ספעציעלן פאנצער וואס דער עלעפאנט האט געטראגן. אלעזר האט איינגעשטעלט זיין לעבן און דורכגעבראכן די סעלעווקידישער רייען צו דערגרייכן דעם עלעפאנט און אריינגעשטאכן זיין שפיז אין איר בויך. דער טויטער עלעפאנט איז דאן געפאלן אויף אלעזר און אים צודריקט צום טויט[7]. טראץ דעם העלדישן אנשטרענגונג, איז די קלענערע אידישע ארמיי באזיגט געווארן אין דער שלאכט. יוסף בן מתתיהו פירט אויס די געשיכטע אז אלעזר, כאטש ער האט אומגעברענגט פיל פיינטליכע זעלנער, האט נישט דערגרייכט קיין שום עכטן אויפטו אחוץ דעם נאמען וואס ער האט זיך געמאכט[8].

פארהאן אזעלכע וואס זענען מפקפק אין דער גאנצער געשיכטע, בפרט אינעם חלק אז דער עלעפאנט איז אומגעקומען פון איין שטאך[9][10]. יחיעם שורק טענה'ט אז אלעזר'ס וועג צום עלעפאנט איז געווען אוממעגליך קעגן די טויזנטער זעלנער, הונדערטער רייטער, און די קעמפער אויף די רוקנס פון די עלעפאנטן. ער זאגט אז די סיבה מ'האט דעם געשיכטע אויפגעמאכט איז אנצוהאלטן די העראאישע שטאנד פון די חשמונאים, וועלכע האבן זיך צוריקגעצויגן ביי יענע שלאכט[11].

אין נאך א ווערסיע פון דער געשיכטע וואס ערשיינט אין מגילת אנטיוכוס, האט אלעזר זיך פארנומען מיט אטאקירן די עלעפאנטן און ער איז געפונען געווארן דערטראנקען אין די אפפאל פון די עלעפאנטן[12]. דאס וואלט געווען מעגליך נעמענדיג אין באטראכט אז ביים שלאכט האבן אנטיילגענומען 32 עלעפאנטן, אזוי אז עס קען זיך אנזאמלען גענוג אפפאל אויף זיך צו דערטרענקען דארט. מאיר בר-אילן טענה'ט אז די ווערסיע איז דער אמת'ער, וויבאלד עס שילדערט אלעזר'ס אומקום אלס דערנידערנד ווי איידער העראאיש. די מגילה, וועלכע שילדערט די חשמונאים אלס געוואלדיגע העראען און גיבורים, וואלט עס נישט אזוי דערציילט ווען נישט דאס איז דער אמת[13][10]. נתן פריד נוצט דאס אלס איינער פון די פרטים אין די מגילה וואס איז לויט אים ריכטיגער ווי וואס ווערט געברענגט אין אנדערע מקורות. די מגילה'ס ווערסיע האט אויסגעזען צו מיאוס פאר די היסטאריקער, וועלכע האבן עס דערפאר געטוישט[14].

קבר און פאראייביגונגען

לויט ספר מקבים א האט שמעון, אלעזר'ס ברודער, אויפגעשטעלט שפעטער אין מודיעים א חלקה פאר זיין משפחה, וואס האט אריינגערעכנט זיבן פיראמידן פאר זיינע עלטערן און זייערע פינף זון[15]. לויט די מחבר פון ספר מקבים איז דער חלקה נאך געשטאנען אין זיינע צייט, און לויט אייסעביוס, וועלכע האט געלעבט אין 3'טן און 4'טן יארהונדערט, שטעלט זיך ארויס אז ווייניגסטנס איבערבלייבענישן זענען געווען נאך אין זיינע צייטן[16].

לויט א מסורה פון די מיטל-אלטער, וואס ערשיינט אין א ספר מסעות פון רבי יעקב בן נתנאל הכהן (געשריבן צווישן די יארן 1187-1153), איז אלעזר באערדיגט ביי איינער פון די טויען פון עכו[17].

אלעזער'ס טויט איז געווען א פאפולערער טעמע פאר קונסט אין די מיטל-אלטער, וואו עס איז געגעבן געווארן א רעליגיעזער באדייט אפצושפיגלען אותו האיש'ס טויט[18]. די געלעגנהייט אפצומאלן אן עלעפאנט איז אויך אנטפאנגען געווארן דורך קינסטלער[19], כאטש וואס א מערהייט פון זיי האבן קיינמאל נישט געזען איינס, און די רעזולטאטן זענען אפט זייער מאדנע. עס איז אויך אפגעמאלן אין א מאלעריי פון 19'טן יארהונדערט פראנצויזישן קינסטלער גוסטאַוו דאָרע. דער ארץ-ישראל'דיגער ישוב, אלעזר, אין גוש עציון, נעבן דעם ארט פון דער שלאכט פון בית זכריה, הייסט נאך אים. גאסן הייסן נאך אים אין ירושלים און אין תל אביב.

ביבליאגראפיע

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. ספר מקבים א, פרק ב', פסוק ה'. דער גריכישער אריגינאל אויף GreekDoc.com.
  2. 2.0 2.1 Uriel Rappaport, "Eleazar ben Mattathias", Encyclopaedia Judaica, 2007.
  3. "Avaran". Net Bible. Bible.org. Retrieved 18 November 2012. (פון וויקיפעדיע)
  4. רפפרט, אוריאל רפפורט, מקבים א, יד בן צבי: ירושלים, תשס"ד, זייט 125
  5. מגילת אנטיוכוס פסוק נב.
  6. לויט ספר מקבים א. אבער לויט מגילת אנטיוכוס אן נאך מדרשים זענען אלע שלאכטן פארגעקומען אין ג'תרכ"ב.
  7. ספר מקבים א, פרק ו', פסוקים מ"א–מ"ו.
  8. יוסף בן מתתיהו, קדמוניות היהודים, בוך יב, קאפּיטל ט, אפּטיילונג ד.
  9. זעט ביי בר-כוכבא 1998
  10. 10.0 10.1 אהרן צורף, מבשר טוב חנוכה ופורים, רכסים, תשס"ט, עמ' 564-572
  11. שורק 2015
  12. מגילת אנטיוכוס פסוק נז.
  13. מאיר בר-אילן, "מותו של אלעזר בקרב בית זכריה", מחקרי יהודה ושומרון ג (תשנ"ג) קדומים-אריאל, זייטן 117-125
  14. נתן פריד, "נוסח עברי חדש של מגילת אנטיוכוס", סיני סד, ירושלים, תשכ"ט, זייט קי (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
  15. ספר מקבים א, פרק י"ג, פסוקים כ"ה–ל'
  16. א. ש. הרטום, ספר חשמונאים א, פירוש לפרק יג פסוק ל, זייט 83.
  17. יהושע פראוור, תולדות היהודים בממלכת הצלבנים, זייט 190
  18. "Speculum Woodcuts and Miniatures". UC Press E-Books Collection, 1982-2004. Retrieved 18 November 2012.
  19. זעט Triumph of Fortitude בילדווערק, וואו מען קען זען אלעזר שטעכן דעם עלעפאנט אויבן פון דער גאָבעלען, אביסל לינקס פון צענטער.