יוחנן גדי
יוחנן גַדי איז געווען א זון פון מתתיהו הכהן, א ברודער פון יהודה המכבי און איינער פון די פירער פון דער חשמונאי'שע רעוואלט.
ער ווערט אויסגערעכנט ערשט צווישן די זין פון מתתיהו אין ספר מקבים א'[1], און עס איז אנגענומען אז דאס דייט אן אז ער איז געווען דער עלטסטער[2], אבער אין מגילת אנטיוכוס ווערט ער דערמאנט אלס דער דריטער[3]. אויך ווערט דארט דערמאנט זיין צווייטער נאמען, "גַדִּי"[א], און דאס איז ווארשיינליך מרמז אויף א גוטן מזל[5].
אין מגילת אנטיוכוס ווערט דערציילט אז יוחנן האט געפירט די ערשטע קאמף קעגן די יוונים, נאך איידער דער רעוואלט האט זיך אפיציעל אנגעפאנגען, און נאך איידער רוב גזירות שמד זענען געלייגט געווארן. דאס איז געווען אין רעאקציע צו דאס וואס ניקנור, אין שליחות פון אנטיוכוס, האט פארשוועכט דעם בית המקדש, געלייגט דארט אן צלם, און מקריב געווען א חזיר. יוחנן, וועלכער איז געווען דער כהן גדול, האט אויסגענארט ניקנור און זיך פארגעשטעלט ווי ער וויל מיטארבעטן מיט אים, און אים גע'הרג'עט מיט א קליינעם שווערד וואס ער האט מיטגעברענגט באהאלטענערהייט. אין די שלאכט וואס האט נאכגעפאלגט זענען 7772 יוונים גע'הרג'עט געווארן[6].
יוחנן איז געווען פון די קאמאנדירן ביי דער חשמונאי'שער רעוואלט. ווען יהודה איז ארויס אין די שלאכטן קעגן ניקנור האט ער איינגעטיילט זיין מיליטער אין פיר טיילן; און געשטעלט זיינע ברודער, אריינגערעכנט יוחנן[7], אין שפיץ פון זיי[8]. אויך שפעטער ווערט יוחנן באצייכנט אלס "ראש החיל"[9].
נאך יהודה'ס אומקום אין א שלאכט קעגן באקכידעס, האט דאס פאלק געקרוינט אלס פירער זיין ברודער יונתן, וועלכער איז אנטלאפן פון באקכידעס צו מדבר תקוע. אין יענע צייט האט יונתן געשיקט יוחנן צו די נאבאטן אוועקצולייגן ביי זיי געלט און פארמעגן, אבער אן אראבישע שבט "יאמברי" פון מידבא האט בארויבט פון אים דאס פארמעגן און אים גע'הרג'עט. יונתן און שמעון האבן נקמה גענומען פאר זיין בלוט, און א צייט שפעטער האבן זיי באפאלן א חתן פונעם שבט וועלכע איז געגאנגען הייראטן א כלה פון "כנען", אינאיינעם מיט זיינע באגלייטער. זיי האבן גע'הרג'עט 400 לייט, פארטריבן די איבריגע, און בארויבט די פארמעגנס זיי האבן געטראגן[10].
נאטיצן
רעפערענצן
- ↑ ספר מקבים א, פרק ב', פסוק ב'
- ↑ אוריאל ראפאפארט, "Johanan The Hasmonean", Encyclopaedia Judaica, 2007. באנד 11, זייט 377.
- ↑ מגילת מתתיהו, אויף וויקיטעקסט
- ↑ יצחק זעקיל פרענקיל, כתובים אחרונים, ווארשע, תרנ"ד, עמ' 18
- ↑ אברהם כהנא, "מקבים א", הספרים החיצונים ב, ירושלים, תש"ל, זייט קד (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
- ↑ מגילת אנטיוכוס, פסוקים יד-כז
- ↑ אין דער יווני'שער ווערסיע שטייט "יוסף", אבער עס איז ווארשיינליך א טעות. זע: אברהם כהנא, "מקבים ב", הספרים החיצונים ב, ירושלים, תש"ל, זייט רד (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן)
- ↑ ספר מקבים ב, פרק ח', פסוק כ"ב
- ↑ ספר מקבים א, פרק ט', פסוק ל"ה
- ↑ ספר מקבים ב, פרק ח', פסוקים ל"ה–מ"ב; יוסף בן מתתיהו, קדמוניות היהודים, בוך יג, קאפּיטל א
חנוכה | |||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|
מצוות | קריאת ההלל • צינדן חנוכה ליכט • פרסומי ניסא | ![]() | |||||
חנוכה ליכט | חנוכה מנורה • הדלקה עושה מצוה • כבתה זקוק לה | ||||||
היסטאריע |
| ||||||
תפילות און פיוטים | על הנסים • הנרות הללו • מעוז צור • אכלו משמנים | ||||||
מנהגים | לאטקע • פאנטשקע • דריידל • חנוכה געלט | ||||||
פארשידנס | שבת חנוכה • זאת חנוכה • בית יוספ'ס קשיא • ווייסע הויז חנוכה צערעמאניע • קרבנות הנשיאים | ||||||
חשמונאים דינאסטיע משפחה בוים | ||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
|