רוי:ניקנור

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

ניקנור איז געווען אַ סירישער גענעראל אין דער צייט פון די חשמונאים-קאַמפן (165 פאַר דער געוויינלעכער צייטרעכענונג); אידן האָבן אים באַזיגט 13 טאג אין אדר, און מען האָט דעם טאָג געפייערט אַלס "יום ניקנור" (אין מגילת תענית).

שער ניקנור

אין בית המקדש איז געווען אַ קופּערנער טויער "שער ניקנור". די גמרא יומא ל"ז דערציילט אַז די צוויי טירן צום טויער האָט געבראַכט אַ איד ניקנור פון אַלעקסאַנדריע אין עגיפּטן מיטן ים; אויפן וועג איז איין טיר אַריינגעפאַלן אין וואַסער און עס איז געשען אַ נס אַז זי איז אַליין אַרויפגעשוואומען.

אין 1902 האָט מען געפונען די מצבה פון דעם דאָזיקן ניקנור מיט דער אויפשריפט אין העברעאיש "נקנור אלכסא" (דאָס הייסט פון אַלעקסאַנדריע), און אין גריכיש "די ביינער פון דער משפּחה ניקנור פון אַלעקסאַנדריע וואָס האָט געמאַכט די טירן".

Logo hamichlol yi.png
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (1949), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!