רוי:פעטער
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
א פעטער (בּאַטשי אויף אונגאריש) איז א פאמיליע נאענטשאפט, וואס אזוי רופט מען איינע פון די עלטערן'ס ברודער אדער שוואגער. א שוועסטער אדער א שוועגערין פון אן עלטער רופט מען א מומע.
דעם זיידנ'ס ברודער, איז אן עלטער־פעטער.
דער באטרעפנדער איז א פלימעניק אדער א נעפע, און ביי א נקיבה א פלימעניצע אדער ניכטע.
יודישקייט
מען זיצט נישט שבעה אויף א פעטער אבער ער איז פסול לעדות.
אנדערע באנוצן
א רייכער מענטש קען מען אויך אנרופן מיטן נאמען פעטער, ווי עס גייט די סלענג ווארט אָנקל סעם אויף די אמעריקאנער רעגירונג.
פעטער קען אויך מיינען א דיקער, אדער פעשער מענטש, וואס דאן אויב מען זאגט עס קען עס זיין א באליידיגונג.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!