רוי:רבי אהרן מרדכי רוקח

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי אהרן מרדכי רוקח
פאנטשער ביים שאפן דאס קליינבילד:

הרב אהרן מרדכי רוקח (געבוירן ז' חשון ה'תשל"ו) ער איז דער איינציגסטער זון פון דעם בעלזער רב, רבי ישכר דוב רוקח.

ביאגראפיע

הרב אהרן מרדכי רוקח איז געבוירן געווארן חשון תשל"ו צו זיין פאטער, דער בעלזער רב, און זיין מוטער, די רעביצין מרת שרה רוקח, א טאכטער פונעם וויזשניצער רבי'ן און פון מרת לאה אסתר האגער. ער איז געבוירן געווארן איבער צען יאר נאך דער חתונה פון זיינע עלטערן. מ'האט אים א נאמען געגעבן נאכן פריערדיגן בעלזער רב, רבי אהרן רוקח, און נאך זיין זיידן, הרב מרדכי רוקח, בילגורייער רב. אלס קינד פלעגט ער לערנען אין בעלזער חדר אין דער געגנט פון זכרון משה אין ירושלים.

אלול תשמ"ח לויטן באפעל פון זיין טאטע דער בעלזער רב, האט ער אויפגעהערט צו לערנען אין בעלזער מוסדות און אנשטאט דעם האט ער געלערנט מיט פריוואטע מלמדים וואס זיין טאטע האט גענומען פאר איהם (איינער פון זיי איז רבי פנחס פריעדמאן, מחבר ספר פרי הדר און משוש דודים וואס פלעגט לערנען חברותא צוזאמען אינאיינעם מיט'ן בעלזער רב אליין) ביז עס איז געקומען די צייט פון זיין חתונה.

חשון תשמ"ט איז פארגעקומען די בר מצוה אויף א גרויסע פארנעם.[1]

תשנ"ב איז ער געווארן א חתן, מיט מרת שרה לאה לעמבערגער, טאכטער פון שמעון מאקאווער. די חתונה איז געווען ט"ו באב ה'תשנ"ג אין א ריזיגן שאטער אין באטייליגונג פון טויזנטער חסידים.

אזוי ווי דער בעלזער רב פארט נישט כמעט ארויס פון ארץ ישראל די לעצטע צוואנציג יאר, שיקט ער זיין זון אלס שליח צו פארשידענע פלעצער וואו עס געפונען זיך בעלזער קהילות כדי זיי צו מחזק זיין און צו פראווען מיט זיי שבתים.

אין תש"ע האט זיין פאטער אים ממנה געווען צו זיין דער מסדר קידושין פון די בעלזער חסידים.

קינדער

רבי אהרן מרדכי און זיין ווייב מרת שרה לאה האבן 13 קינדער:

  • הרב שלום (האט געהייראט חנה בתיה, טאכטער פון רבי יחיאל מאיר פאנעט, מג"ש אין נאדווארנער ישיבה אין בני ברק. ר' יחיאל מאיר איז א זון פון ר' אהרן דוד פאנעט, און איידעם פון דער גארליצער רבי פון בני ברק. ר' אהרן דוד איז א איידעם פון ר' יודא טירונויער, רב פון שומרי שבת שול אין בארא פארק און איידעם פון ר' חיים שלמה לעווי דער חוסט-טאשער רבי פון בארא פארק. ר' אהרן דוד'ס מאמע אין א שוועסטער פונעם עטרת משה פון מאקאווא.
  • מרת מלכה אסתר, ווייב פון הרב אברהם סאפרין, זון פון ר' גדליה משה סאפרין זון פון קאמארנער רבי ר' יצחק שלמה (איידעם פון רבי מרדכי זוועהילער) און איידעם פון רבי זאב גרינפעלד
  • הרב אברהם שמואל צבי, געהייראט שפרה לאה טאכטער פון רבי מאיר דוב רעכניצער, דער בעלזער ראש ישיבה און דיין אין שטאט חיפה.
  • מרת נחמה גאלדא, די ווייב פון שלום אריה, זון פון רבי אהרן צוויבל, איינער פון די בעלזער רבנים אין ירושלים.
  • הרב אלימלך נתן נטע, האט געהייראט מרת בלומא, טאכטער פון הרב אברהם יעקב שארף, א מגיד שיעור אין בעלזער ישיבה קטנה אין קרית יערים טעלזסטאן.
  • הרב חיים מאיר[2], האט געהייראט מרת שבע רבקה, טאכטער פון הרב שלום מאסקאוויטש, זון פון רבי נפתלי, מעליצער רבי פון אשדוד, און איידעם פון רבי יצחק יחיאל מיכל פאנעט, דעעשער רבי פון בני ברק.
  • הרב דוד [3], געהייראט מרת בריינא פריידא, טאכטער פון הרב ברוך זאב וואלף פעדער, דער בעלזער דיין אין גבעת זאב.[4]
  • הרב ישראל מנחם נחום[5], געווארן א חתן סיון, ה'תשפ"ב מיט מרת רבקה, טאכטער פון הרב אהרן בריעף פון אשדוד, איידעם פון רבי חיים דוד שאוואקס בעלזא דיין אין ירושלים און מיטגליד פון בד"ץ קהל מחזיקי הדת דחסידי בעלזא.
  • הענא חיה דבורה
  • אשר ישעיה יהודה [6]
  • אלעזר יחזקאל שרגא[7]
  • משה יהושע [8]
  • שלמה נפתלי אלחנן [9]

רעפערענצן

  1. ווידעא פונעם בר מצוה
  2. בעלזא פייערט די בר מצוה פון אן אייניקל ביי "בחדרי חרדים"
  3. בעלזא פייערט די בר מצוה פונעם פינפטן אייניקל ביי "בחדרי חרדים"
  4. אל'ע חסידים מזל טוב, ביי בחדרי חרדים
  5. בחדרי חרדים י"ב כסלו תשע"ח
  6. [1]
  7. [2] , [3].
  8. אשר קליין, ‏ויקרא שמו בישראל ‘משה יהושע’, אויף JDN‏, ו' תשרי תשע"ג (העברעאיש)
  9. [4] [5]
Maimonides-2.jpg דער ארטיקל בנוגע רבנים איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!