רוי:רבי מרדכי זוסיא טווערסקי

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי מרדכי זוסיא טווערסקי

רבי מרדכי זוסיא טווערסקי זצ"ל (ה'תר"כ - כ"ז אדר ה'תרצ"ו), פון האצעליס-יאס.

אפשטאם

רבי מרדכי זוסיא'לי איז געבוירן אין טריסק, צו זיין פאטער הרב מנחם נחום טווערסקי פון טריסק-בריסק, א זון פון הרב אברהם טווערסקי "דער טריסקער מגיד", א זון פון הרב מרדכי טווערסקי, פון טשערנאביל, א זון פון הרב רבי מנחם נחום טווערסקי, "דער מאור עינים". און צו זיין מוטער מרת חיה, א טאכטער פון הרב דוד טווערסקי, פון טאלנא.

רבנות

נאך זיין פאטער'ס פטירה אין יאר ה'תרמ"ז האט רבי מרדכי זוסיא'לי נישט געוואלט פירן קיין רביסטעווע אין זיך געעפנט א סטאלעריי פאבריק.

ווען ס'זענען געקומען אידן פון דעם שטעטל האצעליס, כערסאנער גובערניע, און דערציילט אז זיי זענען ארומגענומען מיט גויים און לעבן שטענדיג אין א שרעק, און זיי בעטן אז ס'זאל קומען א צדיק וואוינען אין זייער שטעטל וואס זיין זכות זאל אויף זיי שיצן. אין תרנ"א האט זיין מוטער געווירקט אויף רבי מרדכי זוסיא'לי ער זאל דארט אריבער גיין וואוינען. שפעטער האט ער זיך געצויגן קיין באהוש, רומעניע, און דערנאך קיין יאס וואו מ'האט אים גערופן "דער רוסישער רבי".

סאיז געדרוקט פון אים דאס הייליגע ספר "נועם מרדכי" (ירושלים תשס"ה) דורך זיין אור אייניקל בן אחר בן הרב יצחק דוד טווערסקי שליט"א.

הסתלקות

רבי מרדכי זוסיא'לי איז נפטר געווארן כ"ז אדר ה'תרצ"ז, און ליגט אין יאס.

פאמיליע

רבי מרדכי זוסיא'לי האט געהייראט מרת חוה גיטל א טאכטער פון הרב יצחק פרידמאן פון באהוש, י"ב אדר ראשון תרל"ח. זייערע קינדער:

  • מרת פייגא'לי, די ווייב פון הרב מנחם נחום מרגליות באקאנט אלס "שטעפאנעשטער רבי".
  • מרת דבורה, בזיווג ראשון די ווייב פון הרב מרדכי העשל, פון בני ברק. ער ליגט אין זכרון מאיר אין וויזשניצער אוהל. בזיווג שני די ווייב פון הרב משה לאנדמאן פון בני ברק

זעט אויך

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • נר ישראל ח"ו בערכו (43)

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!