בחה יאר
א בחה יאר איז איין פון פערצן סארטן יארן אין דער באשטימטער אידישער לוח. א בחה יאר הייבט זיך אין מאנטאג (ב), איז חסרה (ח) - חשון און כסלו פארמאגן ביידע 29 טעג, און פסח הייבט זיך אן דאנערשטאג (ה). אזא סארט יאר איז אן עיבור יאר (מיט צוויי אדרים), און איז לאנג 383 טעג, וואס אין זיי 54 שבתים.
א בחה יאר קומט אויס ווען דער מולד פון חודש תשרי פון אן עיבור יאר פאלט אויס צווישן שבת, 18 שעה אין טאג, און זונטאג, 20 שעה און 491 חלקים[1], וואס באטרעפט ארום 5.8% פון אלע יארן[2]. דער יאר בעפאר איז אלעמאל הכז, און דער נאכפאלגנדער יאר איז אלעמאל זשג.
צווישן די יארן ה'ת"ש-ה'תת"נ געפאלט דער קביעות אין די יארן: ה'תשי"ט, ה'תשכ"ב, ה'תשמ"ו, ה'תשמ"ט, ה'תש"צ, ה'תשצ"ג, ה'תתי"ז, ה'תת"ך, ה'תתמ"ד, ה'תתמ"ז.
קאלענדאר
יום טוב / רו טאג |
יום טוב וואס איז נישט קיין רו טאג |
פאסט טאג |
חגים וזמנים
- אין א בחה יאר איז פארהאן צוויי מאל א שבת ראש חודש: ראש חודש שבט איז שבת, און ראש חודש אייר איז פרייטאג און שבת.
- חנוכה געפאלט פון זונטאג (מוצאי שבת) ביז זונטאג.
- ט"ו בשבט געפאלט שבת.
- פורים געפאלט דינסטאג (שושן פורים מיטוואך).
- ל"ג בעומר געפאלט דינסטאג.
- שבועות געפאלט פרייטאג (אויך שבת אין חוץ לארץ).
- תעניתים: צום גדליה געפאלט מיטוואך, עשרה בטבת געפאלט זונטאג, תענית אסתר געפאלט מאנטאג, תענית בכורים געפאלט מיטוואך, און שבעה עשר בתמוז און תשעה באב געפאלן ביידע דאנערשטאג.
פרשיות און הפטורות
אין א בחה יאר זענען פארהאן 54 שבתים, וואס אין צוויי אדער דריי פון זיי טוט מען נישט ליינען א פרשת השבוע: שבת חול המועד סוכות און שבת חול המועד פסח, און אין חוץ לארץ אויך דער צווייטער טאג שבועות. אויסצוגלייכן דעם צאל פון די פרשיות געליינט אין שבת (53, וזאת הברכה ווערט געליינט אין שמחת תורה) מיט דעם צאל פון שבתים אין וועלכע זיי ווערן געליינט (52 אין ארץ ישראל), ווערן צאמגעשטעלט די פרשיות מטות-מסעי. אין חוץ לארץ ווערט אויך צאמגעשטעלט חקת-בלק. חוץ פון דעם, ווערט אויך צאמגעשטעלט פרשת נצבים-וילך ביים ענדע פון יאר; פרשת וילך ווערט אלזא געליינט צוויי מאל אין אזא יאר, אין ערשטן שבת און אין לעצטן.
פרשיות אין וועלכע מען ליינט נישט די געווענליכע הפטורה:
- פרשת מקץ - ליינט מען די הפטורה פון שבת חנוכה, "רני ושמחי"
- פרשת וארא - ליינט מען די הפטורה פון שבת ראש חודש, "השמים כסאי"
- פרשת משפטים - ליינט מען די הפטורה פון ערב ראש חודש, מחר חודש
- פרשת ויקהל - ליינט מען די הפטורה פון פרשת שקלים
- פרשת פקודי - די אשכנזים אין ארץ ישראל פירן זיך צו ליינען סיי די הפטורה פון ויקהל און סיי פון פקודי
- פרשת ויקרא - ליינט מען די הפטורה פון שבת זכור
- פרשת צו - ליינט מען די הפטורה פון פרשת פרה
- פרשת שמיני - ליינט מען די הפטורה פון פרשת החודש
- פרשת מצורע - אין רוב קהילות פירט מען זיך צו ליינען די הפטורה פון שבת הגדול
- פרשת קדושים - ליינט מען די הפטורה פון שבת ראש חודש, "השמים כסאי"
- פרשת במדבר - ליינט מען די הפטורה פון ערב ראש חודש, מחר חודש
צו ליינען מער
- יוסף עופר, שכיחותן של קביעות השנה ושל ההפטרות, אין: סיני קכא, תשנ"ח, עמ' רי-רכד.
רעפערענצן
- ↑ ספר העבור, מאמר ב' שער ט'; יסוד עולם, מאמר ד' פרק י'; מפרש, אויף משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק ח', הלכה י'; טור, אורח חיים, סימן תכ"ח.
- ↑ יעקב מתלון, "חזרה של קביעות השנה אחרי שלוש שנים: לוח השנה וחשבונו תוך בירור שאלת המחזוריות", אין: יסודות הלוח העברי, הוצאת לוח, תשע"ג
קביעות פון יארן אינעם לוח | |
---|---|
|