זחג יאר
א זחג יאר איז איין פון פערצן סארטן יארן אין דער באשטימטער אידישער לוח. א זחג יאר הייבט זיך אין שבת (ז), איז חסרה (ח) - חשון און כסלו פארמאגן ביידע 29 טעג, און פסח הייבט זיך אן דינסטאג (ג). אזא סארט יאר איז אן עיבור יאר (מיט צוויי אדרים), און איז לאנג 383 טעג, וואס אין זיי 55 שבתים.
א זחג יאר קומט אויס ווען דער מולד פון חודש תשרי פון עיבור יאר פאלט אויס צווישן דאנערשטאג, 18 שעה אין טאג, און פרייטאג, 20 שעה און 491 חלקים[1], וואס באטרעפט ארום 5.8% פון אלע יארן[2]. דער פאריגער יאר איז אלעמאל פון סארט בשה.
צווישן די יארן ה'ת"ש-ה'תת"נ געפאלט דער קביעות אין די יארן: ה'תש"ג, ה'תש"ו, ה'תש"ל, ה'תשל"ג, ה'תשנ"ז, ה'תשפ"ד, ה'תת"א, ה'תתכ"ח, ה'תתל"א.
קאלענדאר
יום טוב / רו טאג |
יום טוב וואס איז נישט קיין רו טאג |
פאסט טאג |
חגים וזמנים
- אין א זחג יאר איז פארהאן צוויי מאל א שבת ראש חודש (ראש השנה נישט אריינגערעכנט): ראש חודש אדר א' איז פרייטאג און שבת, און ראש חודש תמוז איז שבת און זונטאג.
- חנוכה געפאלט פון פרייטאג (דאנערשטאג נאכט) ביז פרייטאג.
- ט"ו בשבט געפאלט דאנערשטאג.
- פורים געפאלט זונטאג (שושן פורים מאנטאג).
- ל"ג בעומר געפאלט זונטאג.
- שבועות געפאלט מיטוואך (אויך דאנערשטאג אין חוץ לארץ).
- תעניתים: צום גדליה געפאלט מאנטאג, עשרה בטבת געפאלט פרייטאג, תענית אסתר ווערט געפעדערט צו דאנערשטאג, תענית בכורים געפאלט מאנטאג, און שבעה עשר בתמוז און תשעה באב געפאלן ביידע דינסטאג.
פרשיות און הפטורות
אין א זחג יאר זענען פארהאן 55 שבתים, וואס אין דריי פון זיי טוט מען נישט ליינען א פרשת השבוע: שבת ראש השנה, דער ערשטער שבת פון סוכות[א] און שבת חול המועד פסח. אויסצוגלייכן דעם צאל פון די פרשיות (54) מיט דעם צאל פון שבתים אין וועלכע זיי ווערן געליינט (52), ווערן צאמגעשטעלט די פרשיות מטות-מסעי און נצבים-וילך.
פרשיות אין וועלכע מען ליינט נישט די געווענליכע הפטורה:
- פרשת בראשית - ליינט מען די הפטורה פון ערב ראש חודש, מחר חודש
- פרשת וישב - ליינט מען די הפטורה פון שבת חנוכה, "רני ושמחי"
- פרשת משפטים - ליינט מען די הפטורה פון שבת ראש חודש, "השמים כסאי"
- פרשת ויקהל - ליינט מען די הפטורה פון פרשת שקלים
- פרשת פקודי - די אשכנזים אין ארץ ישראל פירן זיך צו ליינען סיי די הפטורה פון ויקהל און סיי פון פקודי
- פרשת ויקרא - ליינט מען די הפטורה פון שבת זכור
- פרשת צו - ליינט מען די הפטורה פון פרשת פרה
- פרשת שמיני - ליינט מען די הפטורה פון פרשת החודש
- פרשת מצורע - אין רוב קהילות פירט מען זיך צו ליינען די הפטורה פון שבת הגדול
- פרשת קרח - ליינט מען די הפטורה פון שבת ראש חודש, "השמים כסאי"
אין קעגנזאץ, אין שבת פרשת מקץ איז שוין נאך חנוכה און מען ליינט די הפטורה פון מקץ, א זאך וואס פאסירט נאר אין ארום 10.1% פון אלע יארן. אנדערע זעלטענע "געווענליכע" הפטורות זענען אין פרשת אחרי און אין פרשת קדושים.
ספר בראשית | ספר שמות | ספר ויקרא | ספר במדבר | ספר דברים | |||||
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
פרשה | דאטום | פרשה | דאטום | פרשה | דאטום | פרשה | דאטום | פרשה | דאטום |
בראשית | כ"ט תשרי | שמות | כ"ה טבת | ויקרא | י"ג אדר ב' | במדבר | ב' סיון | דברים | ו' אב |
נח | ו' חשון | וארא | ג' שבט | צו | כ' אדר ב' | נשא | ט' סיון | ואתחנן | י"ג אב |
לך לך | י"ג חשון | בא | י' שבט | שמיני | כ"ז אדר ב' | בהעלתך | ט"ז סיון | עקב | כ' אב |
וירא | כ' חשון | בשלח | י"ז שבט | תזריע | ה' ניסן | שלח | כ"ג סיון | ראה | כ"ז אב |
חיי שרה | כ"ז חשון | יתרו | כ"ד שבט | מצורע | י"ב ניסן | קרח | ל' סיון | שופטים | ד' אלול |
תולדת | ה' כסלו | משפטים | א' אדר א' | אחרי | כ"ו ניסן | חקת | ז' תמוז | כי תצא | י"א אלול |
ויצא | י"ב כסלו | תרומה | ח' אדר א' | קדושים | ג' אייר | בלק | י"ד תמוז | כי תבוא | י"ח אלול |
וישלח | י"ט כסלו | תצוה | ט"ו אדר א' | אמר | י' אייר | פינחס | כ"א תמוז | נצבים | כ"ה אלול |
וישב | כ"ו כסלו | כי תשא | כ"ב אדר א' | בהר | י"ז אייר | מטות | כ"ח תמוז | וילך | צאמגעשטעלט |
מקץ | ד' טבת | ויקהל | כ"ט אדר א' | בחוקותי | כ"ד אייר | מסעי | צאמגעשטעלט | האזינו | ח' תשרי |
ויגש | י"א טבת | פקדי | ו' אדר ב' | וזאת הברכה | שמחת תורה | ||||
ויחי | י"ח טבת |
צו ליינען מער
- יוסף עופר, שכיחותן של קביעות השנה ושל ההפטרות, אין: סיני קכא, תשנ"ח, עמ' רי-רכד.
- רבי דוד הלוי העבער, "בענין הפטרות שאינם מצויות", שערי זמנים, סימן כ"א, אויף היברובוקס
- מרדכי גנוט, "הפולמוס על אודות הפטרות אחרי וקדושים בקביעות זח"ג", לוח דבר בעתו - ה'תשנ"ז, אויף היברובוקס
נאטיצן
- ↑ אין צווייטן שבת פון סוכות, שמיני עצרת, ליינט מען פרשת וזאת הברכה אין ארץ ישראל. אויך אין חוץ לארץ גלייכט זיך אויס דער חשבון ווען מען ליינט עס א טאג שפעטער.
רעפערענצן
- ↑ ספר העבור, מאמר ב' שער ט'; יסוד עולם, מאמר ד' פרק י'; מפרש, אויף משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק ח', הלכה י'; טור, אורח חיים, סימן תכ"ח.
- ↑ יעקב מתלון, "חזרה של קביעות השנה אחרי שלוש שנים: לוח השנה וחשבונו תוך בירור שאלת המחזוריות", אין: יסודות הלוח העברי, הוצאת לוח, תשע"ג
קביעות פון יארן אינעם לוח | |
---|---|
|