המכלול:האט איר געוואוסט?

פון המכלול
ווערסיע פון 16:20, 14 אפריל 2024 דורך תנא קמא (שמועס | ביישטייערונגען) (וואס איז די פלאן?)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
הויפט דיסקוסיעס

האט איר געוואוסט? איז א פראיעקט צו צייגן שטיקלעך אינפארמאציע און אינטערעסאנטע פאקטן אויף הויפטבלאט פון המכלול. די זאצן אין "האט איר געוואוסט?" זענען קוריאזן און חידושים בשייכות צו המכלול ארטיקלען. התאריך המופיע בצד כל קוריוז בדף זה אינו קשור בהכרח לתאריך שבו אירע, אלא לתאריך שבו הוא מוצג בעמוד הראשי של המכלול. לדיונים אודות החלפת הידיעות והצעות לידיעות חדשות, גשו לדף השיחה המתאים.

שימו לב: מכלולאים חדשים מתבקשים שלא לערוך את פסקאות "האט איר געוואוסט?". פסקאות אלו מופיעות, בסופו של דבר, בעמוד הראשי, ועל כן רצוי להשאירן למשתמשים הוותיקים המכירים מקרוב את נוהלי העבודה.


מאגר ערכי "האט איר געוואוסט?" היומיים

היינט
האט איר געוואוסט?
דאטומען באמערקונגען אינהאלט
ט"ו חשון, ה'תשפ"ד
Gezer Calendar - Replica
  • די נעמען פון די חדשים היינט אין באנוץ זענען איינגעפירט געווארן אין די תקופה פון גלות בבל און שיבת ציון. זיי ווערן דערמאנט צום ערשטן מאל אלע אינאיינעם אין מגילת תענית, לויטן סדר פון ניסן ביז אדר. פארשידענע צונעמען זענען באנוצט געווארן אין פריערדיגע דורות, ווי "ירח האיתנים" פאר תשרי און "חודש זיו" פאר אייר.
ט"ו-ט"ז חשון, ה'תשפ"ד
Genesis on egg
  • שבת בראשית האט געדינט אין אסאך קהילות אלס המשך צו שמחת תורה. עס זענען געווען איינגעפירט ספעציעלע פיוטים און יוצרות, כיבודים פאר דער חתן תורה און חתן בראשית, באזונדערע רעכטן פאר די חברה קדישא, און אין טייל קהילות האט מען געפראוועט די הקפות אין שבת בראשית נאך מוסף.
ט"ו-י"ז חשון, ה'תשפ"ד
שער בלאט פון מסכת קידושין
ט"ז-י"ח חשון, ה'תשפ"ד
Creation of Light
  • זונטאג איז דער טאג ווען דער גן עדן איז באשאפן געווארן. טייל צדיקים האבן זיך געפירט צו עסן די סעודת מלוה מלכה אין דעם טאג, און טייל האבן נישט געזאגט תחנון. פון די אנדערע זייט, לויט פארשידענע שיטות טאר מען נישט האנדלען מיט קריסטן פון ארץ ישראל אין זונטאג (און צוויי טעג בעפאר), מען טאר מען נישט פראווען א חתונה, און מען זאל נישט מאכן א מילה שלא בזמנה.
י"ז-י"ט חשון, ה'תשפ"ד
הערבסט בלעטער
י"ח-כ' חשון, ה'תשפ"ד
אבימלך ויצחק
  • דער נאמען פון אבימלך מלך גרר איז סעמיטיש, וואס שטעלט פאר א שוועריגקייט ווייל די פלשתים זענען געווען פרעמדע אינוואדירער פון מערב זייט פון מיטלענדישער ים וואס האבן גערעדט אן אנדערן שפראך. לויט טייל פארשער זענען געווען צוויי פעלקער מיט דעם נאמען, און די פלשתים פון די תקופה פון די אבות זענען יא געווען פון סעמיטישן אפשטאם. אן ענליכער נאמען געפונט זיך אין די אמארנא בריוון: אבימילכי דער מצר'ישער גובערנאטאר פון צור.
י"ט-כ"א חשון, ה'תשפ"ד
הכנות לשבת
  • פרייטאג ווערט באטראכט א אומ'מזל'דיגע טאג אין טייל קולטורן, איבערהויפט צווישן מאטראזן, וואו עס ווערט געגלייבט אז עס איז געפארפול אנצוהייבן א רייזע איבערן ים אין פרייטאג. א לעגענדע פארציילט אז די בריטישע ים-פלאט האט גערופן א שיף מיטן נאמען "פרייטאג", עס ארויסגעשיקט צום ערשטן רייזע אין פרייטאג, און דער שיף איז קיינמאל נישט צוריקגעקומען. א שיף מיט דעם נאמען האט אבער קיינמאל נישט עקזיסטירט ביי די בריטן.
כ'-כ"ב חשון, ה'תשפ"ד קען ווערן איבערגענוצט אין אייר.
מזל עקרב
  • אין די חדשים מרחשון און אייר הייבן די ישיבות אן א פרישן זמן, נאך די טעג פון בין הזמנים. אין פראנקפורט האט מען זיך געפירט צו צו זינגען ביים בענטשן דעם חודש מיט א גמרא ניגון. אין די ספרי חסידות ווערט געברענגט אז דאס איז אזוי איינגעפירט געווארן ווייל די חדשים זענען מסוגל צו באגרייפן דעת תורה מער ווי אנדערע חדשים, ווי עס צייגט דער צירוף פון שם הוי"ה, און דערפאר דארף מען אין די צייטן זיך פארטיפן אין גמרא מיט תוספות.
כ"א-כ"ג חשון, ה'תשפ"ד
קביעות אויפן לוח
  • דער צאל פון תפילות אין א יאר ווענדט זיך אין איר קביעות: אין בשז און השג יארן זענען פארהאן די מערסטע - 1,247 תפילות אין חוץ לארץ. (כאטש א זשה יאר פארמאגט דעם זעלבן צאל טעג, 385, מאכן זיך אבער מער ימים טובים אין שבת, ווען איין מוסף ווערט געזאגט פאר ביידע). דאקעגן, די ווייניגסטע תפילות ווערן געזאגט אין א זחא יאר - 1,143 אין חוץ לארץ.
כ"ב-כ"ד חשון, ה'תשפ"ד
moon phases
  • מאנטאג און דאנערשטאג זענען ימי רצון, ווייל משה רבינו איז ארויפגעגאנגען באקומען די צווייטע לוחות אין דאנערשטאג און אראפגעקומען אין מאנטאג. די ראמאניאטן האבן אין די טעג צוגעלייגט פסוקים פון תחנונים אין די פסוקי דזמרה, ביים שטיקל פון "הודו". טייל ספרדים האבן געזאגט סליחות יעדן מאנטאג און דאנערשטאג, דורכאויס דעם גאנצן יאר.
כ"ג-כ"ה חשון, ה'תשפ"ד
מסכת בבא קמא
  • אין מסכת בבא קמא זענען די תוספות מאריך מער ווי אויף טייל אנדערע מסכתות. לויט ווי באקאנט געפינט זיך אין בבא קמא דער עמוד מיט די ווייניגסטע גמרא, צוליב דער תוספות וואס פארנעמט רוב דערפון. מען פארציילט אז די בעלי התוספות האבן פארפאסט דעם תוספות אויף די סוגיא ווען זיי זענען געווען ארעסטירט, א נאכט איידער מען האט זיי אומגעברענגט אויף קידוש השם. אין מסכת נזיר איז אבער פארהאן א עמוד אן קיין גמרא בכלל, צוליב די פילע קלענערע תוספות.
כ"ד-כ"ו חשון, ה'תשפ"ד קען ווערן אמאל איבערגענוצט אין א חנוכה.
ווייסע הויז חנוכה צערעמאניע
אין 2019 האט משה מארגארעטן געצינדן די מנורה ביים ווייסן הויז חנוכה צערעמאניע, אויפ'ן איינלאדונג פון דאן-פּרעזידענט דאנאלד טראמפ, אלס אנערקענונג פאר זיינע לייסטונגען פאר ארעסטאנטן. ער איז געווען דער ערשטער חסיד'ישער איד צו צינדן די מנורה אין ווייסן הויז.
כ"ה-כ"ז חשון, ה'תשפ"ד
דאנערשטאג
כ"ו-כ"ח חשון, ה'תשפ"ד קען ווערן איבערגענוצט אויף ד' תמוז, יודה"ל.
באר היטב
כ"ז-כ"ט חשון, ה'תשפ"ד קען ווערן איבערגענוצט אויף כ"ג תשרי, יודה"ל.
הארנסטייפל
כ"ח חשון-א' כסלו, ה'תשפ"ד קען ווערן איבערגענוצט אויף י"ז אייר, יודה"ל.
דגל מחנה אפרים
רבי משה חיים אפרים פון סדילקאוו, דער מחבר פון דגל מחנה אפרים, איז לויט איין מקור א חתן געווארן מיט די טאכטער פון זיין פעטער רבי אברהם גרשון פון קיטוב, אבער צוליב וואס זיין פעטער איז ארויף קיין ארץ ישראל איז דער שידוך נישט צושטאנד געקומען.
כ"ט חשון-ב' כסלו, ה'תשפ"ד
סיגד
אין כ"ט חשון, פופציג טעג נאך יום כיפור, פייערן די פאלאשן דעם "סיגד", א יום טוב פון זיך רייניגן און הייליגן. טראדיציאנאל פלעגן די מאסן שפאנען צום שפיץ פון אן אויסדערוועלטן בארג צו אפרעכטן די צענטראלע צערעמאניע, אפט מיט שטיינער אדער ספרי קודש איבער זייערע קעפ אלס סימבאל פון הכנעה.
א'-ג' כסלו, ה'תשפ"ד
מזל קשת
די קדמונים האבן זיך ארויסגעדרייט פון שרייבן א גט אין חודש כסלו, צוליב א ספק וויאזוי אויסצולייגן דעם נאמען פונעם חודש: אין די פסוקים שטייט עס "כסלו" און אין טייל תרגומים שטייט עס "כסליו". להלכה שרייבט מען "כסלו", אבער "כסליו" און אפילו "כיסלו" איז אויך כשר. די פאלאשן רופן עס "כיסלו".
מיטוואך
אין דער באשטימטער אידישער לוח, קען זיך נישט אנהייבן דער יאר אין א מיטוואך, און אויב דער מולד פון תשרי געפאלט אין דעם טאג ווערט ראש השנה באשטימט אויף דאנערשטאג. דאקעגן, אין דער לוח פון די לכאורה-איסיים פון קומראן האט זיך יעדער יאר - און יעדע פון די פיר תקופות - אנגעהויבן אין א מיטוואך.
פרקי אבות
לויט תוספות, זענען בן בג בג און בן הא הא געווען גרים, און זייערע נעמען זענען מרמז דערויף: "בג" איז גימטריא ה – דער אות וואס איז צוגעלייגט געווארן צו די נעמען פון די ערשטע גרים, אברהם אבינו און שרה. פארהאן וואס זאגן אז די צונעמען האט מען געגעבן כדי זיי צו אפהיטן פון מלשינים פאר דער רוימישער אימפעריע וועלכע פלעגט נאכיאגן גרים.
געטא
דאס ווארט געטא שטאמט פון די ערשטע אידישע געטא, אין ווענעציע, איינגעפירט אין 1516. צווישן אנדערע טעאריעס פאר די עטימאלאגיע דערפון זענען לשה"ק - "גט", אנדייטנדיג די אפגעזונדערקייט; אידיש - "גאס", ווי די געטאס זענען אפט גערופן געווארן "די אידישע גאס"; און דייטש - "gehacktes" (אפגעהאקט).
ארבל
לויט איין מקור איז שת געווען דער ערשטער מענטש וועלכער איז געבוירן געווארן מיט א קליינע געוואוקס, ווייל די מענטשן וועלכע זענען באשאפן געווארן אין ערשטן טאג זענען גלייך געווען אין זייער פולע גרויס. לויט אנדערע, האט הבל שוין באקומען דעם נאמען ווייל ער איז געווען קליין אין געוואוקס קעגן קין.
נאוועמבער
דער נאמען נאוועמבער, דער עלפטער מאנאט פון יאר אין די אלגעמיינע קאלענדארן, איז פון לאטייניש novem, ניין. דאס נעמט זיך פון דער עלטסטער רוימישער קאלענדאר, וואס האט אנטהאלטן נאר צען מאנאטן; דער צייט אינמיטן ווינטער, ווען די פעלדער שטייען וויסט און אגריקולטורעלע פונקציעס אפגעשטעלט, האט נישט געהערט צו קיין יאר.
עוויאן קאנפערענץ
ביי דער עוויאן קאנפערענץ, א צוזאמקום פאררופן דורך דעם אמעריקאנער פרעזידענט פרענקלין רוזעוועלט צו אדרעסירן די פראבלעם פון די פליטים פון נאצי דייטשלאנד, איז די דיקטאטורישע דאמיניקען רעפובליק געווען דאס איינציגסטער לאנד וואס האט זיך אונטערגענומען אריינצולאזן 100,000 אידישע פליטים.
דינסטאג
דינסטאג ווערט צומאל אנגערופן "יום שנכפל בו כי טוב", אלס אנדייטונג פאר א גוטן מזל. טייל פרובירן צו באשטימען א חתונה אין דינסטאג, צוליב דעם גוטן מזל, און לויט געוויסע מקורות, איז ראטזאם פאר א רייזנדער ארויסצוגיין אין וועג אין דעם טאג. סטאטיסטיקס צייגן אז די ווייניגסטע טויטפעלער פון אויטא עקסידענטן פאסירן אין דינסטאג.
תנ"ך
נאנט צו צוויי טויזנט תנ"ך פערזענליכקייטן ווערן דערמאנט ביים נאמען אין תנ"ך. די מערסט-פארשפרייטע נאמען דערין איז "זכריה", מיט וועלכע פערצן פערזאנען ווערן גערופן. פון די אנדערע זייט, דער נאמען פון אן איינצלנער פערזאן וואס ווערט דערמאנט דאס מערסטע, 1023 מאל, איז דוד, אדער "דויד" ווי ער ווערט אלעמאל גערופן אין ספר דברי הימים.
אמהות
אין גמרא ווערט קלאר געשטעלט אז עס זענען נאר פארהאן פיר אמהות: שרה, רבקה, רחל און לאה. פארט טרעפט מען אויף אייניגע פלעצער אין חז"ל אז זעקס ווערן גערעכנט די אמהות, אריינרעכענענדיג אויך די דינסטן בלהה און זלפה.
ווארשע פאקט
די ווארשע פאקט איז געווען א מיליטערישע בונד אונטער די פירערשאפט פון די סאוויעטן פארבאנד, מיטן ציל צו אפצוענטפערן און קאנטער-באלאנסירן נאט"א; אבער די איינציגסטע געמיינזאמע מיליטערישע אפעראציע אויסגעפירט דורכן אליאנץ איז געווען צו אינוואדירן א ווארשע פאקט מיטגלידער, טשעכאסלאוואקיי.
שערי תשובה
דער ספר שערי תשובה איז נאר איין טייל פון א גרעסערער חיבור, "שערי צדק", וואס רבינו יונה גירונדי האט געשריבן לויט שערים. דער ספר "שערי העבודה" איז לויט די טענה פונעם ארויסגעבער - רבי בנימין יהושע זילבער - נאך א טייל פונעם פארלוירענער ספר, און טייל פארשער האבן צוגעשטימט דערצו. דאקעגן, האט רבי יעקב ישראל קאניעווסקי געהאלטן אז דער ספר איז נישט פארפאסט געווארן דורך רבינו יונה, נישט אנגעבנדיג קיין ערקלערונג.
תקופה
תקופת רב אדא, די שיטה פון דער אמורא רב אדא בר אהבה אנבאלאנגט די לענג פון די יאר און די פיר תקופות, איז אנגענומען צו זיין פינקטליכער ווי תקופת שמואל, און לויט געוויסע מקורות איז עס מקובל הלכה למשה מסיני. עס איז אבער געהאלטן געווארן בסוד, און דער עלטסטער שריפטליכער מקור דערצו איז דווקא א חיבור פון א נישט-איד, דער אראבישער מאטעמאטיקער אל־כוואריזמי.
פרשת וישלח
אין די חומשים איז אריינגעדרוקט אז פרשת וישלח פארמאגט 154 פסוקים, כאטש עס פארמאגט פאקטיש איינס ווייניגער – 153. די סיבה צו דעם אונטערשייד איז ווארשיינליך ווייל דער פסוק "וילך ראובן", וואו עס איז פארהאן א "פסקה באמצע פסוק", רעכנט זיך פאר צוויי. דער פסוק פארמאגט אויך צוויי מערכות פון טעמי המקרא, און אין געציילטע קהילות ליינט מען עס צוויי מאל.
בנימין
שבט בנימין איז געווען דער קלענסטער שבט ביי יציאת מצרים. אין תקופת השופטים איז דער שבט כמעט פארטיליגט געווארן ביי די געשיכטע פון פילגש בגבעה. שפעטער, אבער, האבן שבט יהודה און בנימין פארגעזעצט די היסטאריע פון אידישן פאלק, ווען די אנדערע עשרת השבטים זענען פארלוירן געגאנגען. די רבנ'ישע אבידאני משפחה פון קורדיסטאן איז זיך מתייחס נאך אבידן בן גדעוני, נשיא פון שבט בנימין.
ספר יוסיפון
ספר יוסיפון, די פאפולערע כראניק פון אידישע היסטאריע, איז געווארן איבערגעטייטשט אויף ענגליש אין יאר 1558 און געווארן גאר פאפולער, ווערנדיג איבערגעדרוקט אין אויפלאגע נאך אויפלאגע. לויט היסטאריקער האבן די ערשטע איבערזעצונגען פון תנ"ך אויף פריע-מאדערנע ענגליש ערוועקט אינטערעסע צו וויסן מער איבער אידן, צוברענגענדיג די פילע אויפלאגעס פון יוסיפון, וואס האט אלזא געדינט אלס רינגל אין די קייט פון געשעענישן וועלכע האבן קולמינירט אין אליווער קראמוועל'ס ערלויבעניש פאר אידן זיך צוריק צו באזעצן אין ענגלאנד.
דעצעמבער
דורכאויס דעצעמבער, אין 21'סטן טאג פון דעם מאנאט, קומט פאר אין דער צפון האלבקיילעך דער ווינטער ווענדפונקט - דער טאג מיט די ווייניגסטע ליכט-שעה'ן, וואס קען אויך באצייכנט ווערן אלס דער אסטראנאמישער תקופת טבת. דער מעטעאראלאגישער ווינטער אין צפון ווערט אבער טראדיציאנאל גערעכנט שוין פון ערשטן טאג אין דעם מאנאט.
שכם
אויף דער פאן פון שבט שמעון, געפירט דורך שלומיאל בן צורישדי, איז געווען געצייכנט שכם, אלס אנדענק צום מסירות נפש פון שמעון ביי די מלחמה אין שכם. שלומיאל האט אויך געברענגט די קרבנות הנשיאים גלייך נאך שבט ראובן צוליב די סיבה, ווייל שמעון האט זיך געגליכן צו ראובן וועלכער האט געראטעוועט יוסף.
סאלים
דער פסוק אין פרשת וישלח: ”וַיָּבֹא יַעֲקֹב שָׁלֵם עִיר שְׁכֶם”, באציט זיך, לויט טייל ערקלערונגען, צום געגנט וואס ווערט היינט גערופן "סאלים", נעבן שכם. לויט א טראדיציע פון שומרונים איז דער שטאט, "שלם רבתא", געגרינדעט געווארן דורך ירד.
בית אחאב
בית אחאב, די דינאסטיע וואס איז געגרינדעט געווארן דורך עמרי אבער ווערט אנגערופן אין תנ"ך אויפן נאמען פון זיין זון אחאב, איז געווען די מאכטפולסטע פון די זיבן דינאסטיעס וואס האבן געהערשט איבער מלכות ישראל. אן אויסדרוק צו דעם פאקט טרעפט מען אין מאנומענטן פון קעניגן פון אשור, אין וועלכע זיי באציען זיך צו שומרון אלס "די לאנד פון עמרי" איבער הונדערט יאר נאך וואס בית אחאב איז שוין אונטערגעגאנגען.
ותן טל ומטר
דאס אנהייבן בעטן אויף רעגן אין חוץ לארץ ווענדט זיך אין תקופת שמואל, די שיטה פון דער אמורא שמואל אנבאלאנגט די לענג פון די יאר און די פיר תקופות. עס ווערט אבער אויך געברענגט אין "ברייתא דשמואל הקטן", וואס איז מיוחס צום תנא מיט דעם נאמען.
מזרח-אייראפע
דער טערמין מזרח-אייראפע, ערשינען אין 18טער י"ה, באצייכנט א ראיאן פון לענדער וואס זענען צוריקגעבליבן טעכנאלאגיש און האבן נישט נאכגעיאגט די פארשריט פון מערב אייראפע; אבער די ערשטע באקאנטע חילוקים צווישן מזרח און מערב אין אייראפע שטאמען פון די היסטאריע פון די רוימישע אימפעריע, וואו די פראווינצן אויף מזרח האבן דווקא פארמירט א אורבאניזירטע העלענישע ציוויליזאציע און בעיקר גערעדט גריכיש.
מזלות
די מזלות פון די חדשים, ווי מזל קשת פאר כסלו, זענען נאך שטערן גרופעס וואס האבן אמאל געדינט אלס הינטערגרונט צו די זון אין דעם חודש - היינט לויפט עס אונטערשטעליג, מזל עקרב פאר כסלו און מזל קשת פאר שבט. אין די ים המלח מגילות פון דער כת פון קומראן, דאקעגן, לויפן די מזלות פאראויס, מזל קשת פאר חשון און מזל גדי פאר כסלו.
שמואל אופנהיימער
שמואל אופנהיימער, פון די שטאם-פאטערס פון די בארימטע אופנהיים משפחה וועלכע האט ארויסגעגעבן אזעלכע גדולי תורה ווי רבי אברהם אופנהיים און רבי דוד אופנהיים פון פראג און מעהרן, איז געווען א זעלטענער עושר און פילאנטראפ. עס ווערט געשאצט אז א דריטל פון די שטייערן פון גאנץ עסטרייך זענען געקומען פון אים און זיין משפחה.
מתתיהו הכהן
לויט טייל מקורות איז "חשמונאי" א נאמען פון א פערזאן, דער שוואגער פון יוחנן כהן גדול, וועלכער איז צוגעשטאנען צו מתתיהו כהן גדול און זיינע קינדער אין זייער אויפשטאנד קעגן די יוונים.
משכן
די בני גרשון, וועלכע האבן באקומען צוגעטיילט צוויי פון די זעקס וואגאנען וואס די נשיאים האבן געברענגט ביי די קרבנות הנשיאים צו טראגן זייער לאסט, האבן זיך אבער באזונדער אויסגעצייכנט אין געזאנג.
ווייסע הויז חנוכה צערעמאניע
אין 2019 האט משה מארגארעטן געצינדן די מנורה ביים ווייסן הויז חנוכה צערעמאניע, אויפ'ן איינלאדונג פון דאן-פּרעזידענט דאנאלד טראמפ, אלס אנערקענונג פאר זיינע לייסטונגען פאר ארעסטאנטן. ער איז געווען דער ערשטער חסיד'ישער איד צו צינדן די מנורה אין ווייסן הויז.
דגלי נשיאים
לויט איין מקור איז אליאב בן חילון דער נשיא פון שבט זבולון, אינאיינעם מיט נתנאל בן צוער פון שבט יששכר און אליצור בן שדיאור פון שבט ראובן, געווען באזונדער אויסגעצייכנט אין גדלות התורה, מער ווי די אנדערע נשיאים.
רבי מרדכי דוב טווערסקי
רבי מרדכי דוב טווערסקי איז געבוירן געווארן צו רבי משולם זוסיא אויערבאך. נאך וואס זיין מוטער איז אוועק, און זיין פאטער רבי משולם זוסיא איז געווארן אן איידעם ביי רבי חיים האגער פון קאסוב, איז ער אריבער וואוינען ביי זיין מאמע'ס טאטע רבי יעקב ישראל פון טשערקאס און אנגענומען זיין משפחה נאמען, טווערסקי.