רוי:פאלאשן

From המכלול
Jump to navigation Jump to search

די פאלאשן זענען אן אור-אלטער שבט וועלכע געפינען זיך אין עטיאפיע.

זיי פארמאגן אן אייגענעם שפראך גערופן אמהאריש.

די פאלאשן פארמאגן זייער ענליכע מנהגים צו יודן, דערפאר איז פארהאן וואס ווייזן אן אויף זיי ווי אויף איינע פון די עשרת השבטים.

לויט אנדערע זענען די פאלאשן אייניקלעך פון די קעניגן שבא וועלכע איז געפארן חתונה האבן מיט שלמה המלך.

זיי האבן אמאל פארמאגט אן אייגענעם קעניג מיט אן אייגענעם מיליטער און זענען שטענדיג געווען פארמישט אין מלחמות מיט די ארומיגע געמיינדעס. מיט די צייט האבן די ארומיגע זיך געשטארקט אויף זיי, און זינט דאן האבן זיי שטארק געליטן. מען האט זיי געיאגט און געפייניגט אן אויפהער.

אין 1855 איז דער ערשטער פאלאש, דניאל בן חנניה, געקומען קיין ירושלים. ער האט דערציילט וועגן די ליידן און רדיפות וואס די פאלאשן מאכן אויס או צענדליקע טויזנטער פון זיי ווערן אפגעשמדט מיט געוואלד.[1]

רעפערענצן


Logo hamichlol yi.png
דער בלאט קומט פון יידיש-וויקיפעדיע, קרעדיט,
ערלויבעניש cc-by-sa 3.0.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!