רוי:רבי חיים האגער (קאסוב)

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
תורת חיים לר' חיים הגר מקוסוב, מהדורת גרוסוורדין, תרפ"ז

רבי חיים האגער זצ"ל (ה'תקנ"ה - כ"ה אייר ה'תרי"ד) פון קאסאוו. "דער תורת חיים".

אפשטאם

רבי חיים איז געבוירן אין יאר ה'תקנ"ה, צו זיין פאטער הרב מנחם מענדיל האגער פון קאסאוו "דער אהבת שלום", א זון פון רבי יעקב קאפל חסיד. און צו זיין מוטער מרת שיינא רחל א טאכטער פון הרב שמואל שמחה זימל קאך פון קאסאוו.

רבנות

רבי חיים איז געווען באקאנט אלץ למדן, די גדולי התורה האבן זיך געשריבן מיט אים. נאך זיין פאטער'ס פטירה איז רבי חיים געווארן דער ממלא מקום פון פאטער רב אין קאסאוו, ער האט אנגעפירט דאס רבנות מיט א פעסטקייט.

הסתלקות

רבי חיים איז נפטר געווארן כ"ה אייר ה'תרי"ד, ס'איז אויפגעשטעלט געווארן אן אוהל אויף זיין קבר.

פאמיליע

רבי חיים האט געהייראט מרת צפורה ( - י"ט טבת ה'תרל"א), א טאכטער פון הרב יהודה מאיר שפירא פון שעפעטיווקא, (אן איידעם פון הרב יעקב שמשון רב אין שעפעטיווקא), א זון פון הרב רבי פנחס שפירא פון קאריץ. זייערע קינדער:

  • מרת שיינא רחל, די ווייב פון הרב יהושע אלעזר חודורוב, פון קאלאמייע.

זיינע ספרים

  • תורת חיים
  • תורת חיים תנינא

זעט אויך

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!